~ימים האחרונים של חג הפסח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א~
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
~ימים האחרונים של חג הפסח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א~
ערב יו"ט האט דער רבי געצינדן א יזכור לעכט בביתו נאוה קודש.
ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און אנגעהויבן הודו בהתלהבות אש.
מערבית: הר"ר דוד בר"מ עקשטיין שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15.
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א.
במשכ'ן טיש האט מען געזינגען ניגוני יו"ט.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אז ישיר משה, און ארויסגעברענגט אז ליל שביעי של פסח איז כלל ישראל געווארן הקדש און דורכדעם געקענט ארויסגיין פון מצרים און נישט דארפן אז שאר גליות זאלן משלים זיין ווייל הקדש מפקיע מידי שיעבוד,
און דער רבי האט ארומגערעדט אז יעדעס יאר ליל שביעי של פסח ווערט נאכאמאל מעורר די השפעות און כלל ישראל ווערט הקדש, און הקדש מפקיע מידי שיעבוד און מקען ניצל ווערן מכל צרה וצוקה און זוכה זיין צו די גאולה השלימה.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שירה,
ארום 1:30 האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן די שירה ווי דער רבי האט געטאנצן בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:50.
~יום שביעי של פסח~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:45.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה, תפילת שחרית, און הלל, און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק מיט גרויס התעורורות לרגל שביעי של פסח.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, און הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
דער רבי איז געווען בעל קורא.
כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יוסף גרובער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א, און דער רבי האט געליינט די שירת הים בהתעורורות רב ובהתלהבות אש.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אפרים פישל טעלער הי"ו.
ר' חיים מענדל אקער הי"ו.
ר' בנציון אונגאר הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים בנציון ראזענבערג הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברב"י ווייס הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי רובין הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' הערשל טעלער הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 2:35.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ירחמיאל גרובער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
~
~ליל אחרון של פסח~
פארנאכטס פאר מנחה האט דער רבי משמיע געווען בביתו נאוה קודש דב"ק ודברי הדרכה פאר די חתנים בני ארץ ישראל וועלכע האבן געוויילט אויף יו"ט בצל הקודש.
ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
מערבית: הר"ר יוסף שלמה פייערשטיין שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15.
דערנאך איז דער ציבור אריבער ווינטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול בצד צפון.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים אויף בראנפען און געוואונטשן לחיים.
מען האט אויפגעגעבן לכבוד יו"ט פערפל געברענגט דורך הרה''ח בנש''ק ר' אשר ישעי' הורוויץ הי''ו, און א זיבן הימלען קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שלמה יונגער שליט"א - דומ"ץ טאהש ק"י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש "הים ראה וינוס" 'מה ראה ברייתא דר' ישמעאל ראה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה ועשה.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן מצה כרעמזלעך געברענגט דורך הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו, און דער רבי האט פארטיילט מצה כרעמזלעך פארן גאנצן ציבור.
ברכת המזון: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:50.
~יום אחרון של פסח~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל ווייס הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית והלל.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר חיים אלישע שטערן שליט"א - רב דקהל חסידים בעיסוואטער, און הרה"ח ר' משה אליעזר ניימאן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א - מו"ץ.
כהן: ר' חיים וואלף ברי"א פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' יעקב יוקל הירש הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' שמואל שטיין הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד יצחק פאלקאוויטש הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 2:10.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ברז"ד ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ונעילת החג ארום 7:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
נאך מנחה איז פארגעקומען די מעמד נעילת החג,
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט,
הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו האט אנגעגאסן פארן רבי'ן לחיים און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברה קדישא, און דערנאך פארן גאנצן ציבור.
נאכן זמן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויפן מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אז ישיר משה און ארויסגעברענגט אז מצה ברענגט א דביקות אין הקב"ה און דאס ברענגט אז מען זאל נישט בטל ווערן אין גלות צוליב וואס מען איז דבוק אין הקב"ה און א איסור דבוק ווערט נישט בטל,
און דער רבי האט געזאגט מיט התרגשות אז מען האט געהאט די זכי' צו זאגן במשך די ימי הפסח העעל"ט דרייצן מאל הלל, און דאס איז מעורר די י"ג מדות של רחמים און איז משפיע רב טוב לבית ישראל,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארעמע ברכות אז מען זאל זוכה זיין צו פרנסה, גוטע קינדער, רפואות, פאר יעדעם איינעם.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן חסל סידור פסח, און דערנאך פארגעזאגט לשנה הבאה בירושלים דריי מאל בהתלהבות אש.
צו מעריב איז צוגעגאנגן ר' הערש לייב פאגעל הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן עולם א גוטע וואך און א געזינטן זומער.
מען האט געענדיגט ארום 10:00 אזייגער.
ביים אנקומען אהיים בביתו נאוה קודש האט דער רבי צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.
~🌴~