דינסטאג שמיני א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שמיני א'=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' וואלף רייכמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה יצחק זילבערשטיין הי"ו.
ב"ר אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד הגדול,
נאך מנחה איז פארגעקומען די מעמד שאיבת מים שלנו במעמד אלפי אנשי שלומינו,
צום ערשט האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעורורות, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש מיט לענגערע דברי הדרכה והכנה צום יו"ט פסח, און ארומגערעדט אז דורך די שמחה של מצוה פון שאיבת מים שלנו איז מען משפיע שמחה פאר א גאנץ יאר, און צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה לקראת חג הפסח הבעל"ט,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות און געזינגען ויהי נועם, דערנאך האט דער רבי געשעפט מים שלנו פונעם קראן אויפן בימת הכבוד און אנגעפילט עטליכע קריגלעך מיט וואסער פאר מים שלנו, און דערנאך מכבד געווען הרבנים הגאונים בני וחתני רבינו שליט"א ודייני קהילתינו צו שעפן מים שלנו,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 8:35, און תיכף געדאווענט תפילת מעריב אין היכל הביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
נאך מעריב איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט בודק חמץ געווען, דער רבי האט אנגעגרייט די צען ברעקלעך אויפן טיש כנהוג בבית סיגוט - סאטמאר, און געמאכט די ברכה על ביאור חמץ בהתלהבות אש, און צוזאמגענומען די ברעקלעך און דערנאך ארומגעגאנגען אינעם גאנצן הויז בודק חמץ זיין, דערנאך האט דער רבי געזאגט כל חמירא מיט שטארקע השתפכות הנפש.
א גוטע נאכט.
~🌴~