שבת קודש פרשת צו ~שבת הגדול~ בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת צו ~שבת הגדול~ בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס=
ארום 7:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: נכד רבינו הרב יוקל ט"ב שליט"א, בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:20.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל תהילת יוסף אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה לצעירים פון וומ"ס.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל ישיבה לצעירים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש שאלו תלמידיו של ר' יוסי בר קיסמא אימתי בן דוד בא השיב זאת תורת העולה, און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שלא כדרך אכילתן.
קה אכסוף: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' אשר'ל מראפשיץ זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ערב פסח.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר הערשל טעלער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:40.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יצחק יודא פארגעס הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ויוצר, מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש ט"ב שליט"א - אב"ד ראצפערט.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א.
בעל קורא: ר' יעקב אהרן הירש הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אברהם יוסף פריעדמאן הי"ו.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' אביגדור נחום מענדלאוויטש הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: הרה"ח ר' חיים לאנדא הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר דוד לייבוש גוטמאן הי"ו.
אחרון: הר"ר יואל זילבער שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יוסף מיטעלמאן הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' משה ברי"ל סופר הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר חיים מאיר טייטלבוים שליט"א - ב"פ.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די נשיא כנהוג.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
~
ארום 5:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שבת הגדול דרשה,
דער רבי האט זיך מתעטף געווען מיטן טלית מיט א ברכה, און דערנאך איז דער רבי ארויף צום ארון הקודש ווי דער רבי האט צום ערשט מתפלל געווען א תפילה חרישה, און דערנאך אנגעהויבן די דרשה ווי דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי דרוש ופלפול אינעם סוגיא פון שלא כדרך הנאתן וואס דער רבי האט פארגעלערענט אין ישיבה, און דערנאך אריבער בדברי אגדה, ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז 'בערב' תאכלו מצות, מצות דארף זיין זיס, מ'דארף שפירן א זיסקייט אין די מצות, און ביים סדר, און אזוי אויך דארף מען שפירן א זיסקייט אין די תורה, מ'האט יעצט מסיים געווען זבחים, מ'האט קובע געווען אנצוהייבן נזיר נאך יום טוב, און די סדר העולם איז אז ווען א באן שטעלט זיך אפ קומען ארויף מער מענטשן, יעצט איז די צייט זיך מיטצוכאפן.
דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן די דברי מוסר, צום ערשט האט דער רבי גערעדט איבער די כלים, דער רבי האט אנגעהויבן אז יעצט איז מען עוסק אין תשביתו, דארף מען אויסרייניגן שאור מבתיכם, און די ערשטע זאך איז די כלים וואס מען דארף אויסרייניגן פון די הייזער, דער רבי האט זייער שארף גערעדט אז עס זענען דא אזעלכע וואס עד כדי כך אז זיי האבן ניטאמאל א פילטער, און א מענטש איז נישט קיין מלאך, און מען ווערט נכשל מיט הארבע זאכן,
דער רבי האט אויפגעפאדערט אז אין אלע ארבעטס פלעצער זאלן אלע קאמפיוטערס האבן א שמורה מעולה, און די טאשן כלים פעלט נישט אויס, זייער ווייניג קענען זאגן אז זיי דארפן עס באמת פאר פרנסה און זיי קענען זיך נישט באגיין אן דעם, און אפילו אויב יא זענען דא טאבלעטס וואס איז א גרויסע כלי, און דאס איז גענוג גוט פאר די ארבעט, און מען נעמט עס נישט ארויס פון אפיס אדער קאר און מען נעמט עס בכלל נישט אהיים.
דערנאך האט דער רבי גערעדט איבער צניעות ביי די נשים, דער פעטער ז"ל פלעגט זאגן אז מען טאר נישט מאכן א ברכה פארנט פון די פריצות'דיגע קליידער און שייטלען, און אויב מאכט מען יא א ברכה איז עס א ברכה לבטלה.
און דער רבי האט צוגעלייגט אז דער קול ארי' זאגט אז א ברכה פון א מצוה איז נישט מעכב, אבער אויב קען מען נישט מאכן א ברכה דעמאלט איז די ברכה מעכב, קומט אויס אז מ'זיצט ביים סדר און די בני בית איז נישט בצניעות ווי ס'דארף צו זיין איז מען נישט יוצא די מצוות החג.
ס'ליגט א פליכט אויף די עלטערן און אויף די זיידעס צו שטיין על המשמר איבער די צניעות ביי די קינדער און אייניקלעך, די ערשטע מאל וועט עס אפשר נישט זיין באקוועם, אבער מ'זאגט איינמאל און נאכאמאל און מ'טוט אויף.
דערנאך האט דער רבי ארום גערעדט איבער די פראבלעים פין שיקן די בחורים קיין ארץ ישראל, דער רבי האט ארויסגעברענגט די הפקרות וואס טוט זיך אפ דארט, און אויפגעפאדערט נישט אהין צו שיקן.
דער רבי האט געזאגט אז די עיקר פראבלעם איז ווען דער טאטע פארשטייט בעסער און ביי די פערצן שיקט ער די בחור אין אן אנדערע ישיבה ווייל דארט זענען דא גוטע שיעורים, אדער ווייל אזוי וועט מען ווייזן אז מ'איז באלעבאטיש, און דערנאך ביי ניינצן האבן די ישיבות מער נישט קיין מסגרת פאר די בחורים און דער בחור מעלדט איין פאר זיין טאטן אז זיינע חברים גייען קיין ארץ ישראל, און איך גיי אויך.
ביי די פערצן איז נאך די טאטע בעל הבית אויפן בחור, ביי די ניינצן איז שוין די בחור בעל הבית...
די עצה דערצו איז צו שיקן נאר ביי אונז אין ישיבה, מ'לייגט אריין שווערע אלפים אז די בחור זאל זיך נישט טרעפן אן קיין מסגרת, און ברוך השם אז ס'איז דא גאר א קליינע מיעוט בחורים וואס האבן געלערנט אין די גרויסע ישיבה אין קרית יואל וואס לערנען אין ארץ ישראל.
דערנאך האט דער רבי גערעדט איבער די הידור פון אריזאנע ווייץ, דער רבי האט ארויסגעהויבן אז ברוך השם אונז שנייד מיר אין אריזאנע, וואס דארט איז נישט דא די אלע חששות פון רעגן וכו',
דערנאך האט דער רבי גערעדט איבער די פלייש, אז ברוך השם די כשרות הבשר ביי אונז איז אויפן העכסטן פארנעם, ס'איז די בעסטע פון אלע פלייש! ס'איז שווער מסביר צו זיין פאר בעלי בתים וואס מיינט מהודר'דיגע פלייש, אבער איך וויל זאגן 'ווער ס'וויל עסן כשר פלייש זאל קויפן אונזער פלייש' און אויפגעפאדערט אז מזאל נאר קויפן ביי די היימישע פלייש געשעפטן,
דערנאך האט דער רבי פארענדיגט מיט די גזירות החינוך זאגנדיג אז יעדער האלט מיט אז א ריכטער האט געאורטיילט, ס'איז ברוך השם בעסער געווארן, פונקטליך וויפיל ס'איז בעסער און צי זיי גייען נישט טרעפן נאך עפעס א לאך וויאזוי זיך ארויף צו כאפן איז נישט קלאר, און אויסגעפירט אז מען דארף ווייטער מתפלל זיין אז די גזירה זאל אינגאנצן בטל ווערן.
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 7:20 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' יואל אלימלך פייערשטיין הי"ו.
בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אברהם דוד קארצאג הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יונה ראטה הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו - ב"פ.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'זאת תורת העולה' און ארויסגעברענגט אז דורכן טוהן מצוות מיט א ברען און א התלהבות אש איז די גוף בולע פון די נשמה און די גוף ווערט אויך הקדש במילא האט מען געקענט ארויסגיין פון מצרים פאר די צייט צוליב וואס הקדש מפקיע מידי שיעבוד,
און דער רבי האט ארומגערעדט דברי הכנה לימי הפסח אז מען דארף זיך צוגרייטן מיט א הכנה דרבה צו קענען מקיים זיין די מצוות החג בהתלהבות אש.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור צוזאמען.
מען האט געענדיגט ארום 10:00 אזייגער.
ארום 11:50 איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו הגדול בנין חי"ל הילמאן צום 'מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים' פאר די נייע חדרי התפילה 'בקומת ריספלער' וואס איז פראכטפול איבערגעבויט געווארן,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שלום אליעזר פרענקל הי"ו - גזבר הקהילה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חשובע נדבנים פון די חדרי התפילה און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די חשיבות פון די נדבנים, און געוואונטשן ס'זאל זיין 'אש 'תמיד' תוקד על המזבח לא תכבה' ס'זאל אייביג זיין לומדים און מתפללים אינעם ביהמ"ד, און ס'זאל ארויסקומען תורה עבודה און גמילות חסדים פונעם ביהמ"ד, און מסיים געווען בברכות לרוב פאר די מתפללי ולומדי הביהמ"ד און פאר די חשובע נדבנים און פארן גאנצן ציבור,
אויפן וועג ארויס האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן הקומה הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
דערנאך איז דער רבי אריבער לבית מדרשינו בית מנחם צבי אויף וואלעבאוט צום מעמד קביעות מזוזה אויפן נייעם פארענדיגטן היכל התורה 'היכל ישעי',
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן היכל מיט א שטארקע קורת רוח און דערנאך קובע געווען א מזוזה,
דערנאך האט דער רבי אריבערשפאצירט לבית הנדבן הרבני הנגיד ר' זלמן לייב אבערלענדער הי"ו צום מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט איבער די פילצאליגע היכלי התורה איבער די גארער וועלט,
און ר' זלמן לייב הי"ו האט געגעבן פארן רבין א ספר יד אבי שלום פון זקינו וואס ער האט איבערגעדריקט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור, און בפרט פאר הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו בונה ומקים פונעם ביהמ"ד,
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער, און דער רבי איז אהיים געפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~