דינסטאג צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג צו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא שעהנברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל בר"ש פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יעקב זושא גוטמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די נשיא כנהוג.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט ארויף אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו מנהל מחנות רב טוב, ווי עס איז פארגעקומען א חתימות שטרות ווי ר' אהרן הי"ו אינאיינעם מיט זיין פאטער הרבני הנגיד ר' מרדכי הי"ו האבן אפגעקויפט די שם הבנין פון בית מדרשינו הגדול והחדש בעיר לינדען פאר די פאנטאסטישע סומע פון א מיליאן דאללער!
דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואנטשן פאר די נדבנים ר' מרדכי הי"ו ובנו ר' אהרן הי"ו ובני משפחתם,
דערנאך האט דער נדבן ר' אהרן הי"ו געצייגט פארן רבי'ן די הרחבת גבולי הקדושה און די פארשריט אינערהאלב די מחנות הקיץ מחנות נתן צבי.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~