מאנטאג בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג בלק
ארום 9:40 פארנאכטס איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד אדיר "כינוס אברכי סאטמאר" לטובת מוסדות יטב לב בארה''ק אין די קאנטינענטאל זאל אין וויליאמסבורג.
פארן מעמד האט דער רבי געדאוונט מעריב אין זאל אויף א פריוואטע פארנעם.
דערנאך ארום 10:30 איז דער רבי ערשינען אין זאל באשיינען ביים מעמד.
הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' - וומ"ס שליט"א האט מאריך געווען בשבח פונעם הייליגן מוסד, דערביי דערציילנדיג פערזענליכע עובדות וואס ער האט אליין בייגעוואוינט ביים רבי'ן ז''ל איבער שטיצן די הייליגע מוסדות יטב לב בארה''ק.
דער רב האט ארויסגעברענגט די הרגשי קודש וואס ער האט, זיך דערמאנענדיג ווי אזוי דער רבי ז"ל האט מפאר געווען בראש דא אינעם זעלבן זאל ביים יערליכן דינער לטובת יטב לב.
דערביי האט דער רב דערציילט א פערזענליכע מופת וואס האט פאסירט מיט אים אליין, ווען ער האט פארלוירן א גרויסע סכום געלט, און ער האט צוגעזאגט מעשר פאר יטב לב און ער האט עס דערנאך געפונען אומבארירט.
דער רב האט ארויסגעברענגט זיינע הרגשים אז מען קען שטיצן תשב"ר אין ארה"ק עטה"ק זאגנדיג אז ער האט שוין לאנג געוואלט זיך אונטערנעמען צו קויפן א זכות החזקת מלמד לשבוע, און יעצט וויל ער זיך מצרף זיין מיט די פרישע שותפים און עס יעצט געבן.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, ארויסברענגנדיג די חשיבות פון די הייליגע מוסדות יטב לב אז אלע מוסדות איז קודש אבער מוסדות ייטב לב איז קודש קדשים און פארענדיגט בברכות קדשו.
נאך די דברות קודש האבן אלע אברכים וועלכע האבן זיך אונטערגענומען זכות החזקת מלמד לשבוע געהאט די זכיה אריבערצוגיין פערזענליך איבערצוגעבן זייערע שטרות פארן רבי'ן.
ארום 11:40 האט דער רבי פארלאזט די זאל לביתו נאוה קודש.
~🌴~