שבת קודש פרשת ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ויקרא=
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א - מנהל הבית רחל, לטובת די 'ביומו תתן שכרו' קאמפיין פאר מוסדותינו הק' אין ק"י.
קבלת שבת: הר"ר ישראל ארי' גאלדבערגער שליט"א - ב"פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:20.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה תושבי ק"י און ישיבה קטנה ויואל משה פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אינאיינעם מיט די מגי"ש.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א - מנהל הישיבה.
נאך די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והיה כי יאמר אליכם בניכם מה העבודה הזאת לכם' און ארויסגעברענגט די חשיבות פון א דיבור פון א איד סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב ראטענבערג שליט"א - אב"ד וואוידעסלאוו.
מנוחה ושמחה: הר"ר אהרן וועבער שליט"א - ר"מ בישיבה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אם עולה קרבנו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שלא כדרך אכילה.
קה אכסוף: הר"ר מאיר מייער שליט"א - ר"מ בישיבה.
ברכת המזון: הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג ה' ניסן.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו - ב"ב.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:45.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל בר"א גאלדבערגער הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם מאיר פערלמאן שליט"א - ב"פ.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אהרן וועבער שליט"א.
כהן: הר"ר אהרן צבי ברוין שליט"א - ב"פ.
לוי: הרה"ג אב"ד וואוידעסלאוו שליט"א.
שלישי: החתן שלום ב"ר יואל אברהם ברייער הי"ו.
רביעי: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א.
חמישי: הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' משה הלל ברמ"ד עסטרייכער הי"ו.
שביעי: הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א, בן הגה"צ אב"ד סטאניסלאוו לאנדאן שליט"א, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הוספה: ר' יושע יואל בערקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: בעל ברית ר' אפרים פישל מענדלאוויטש הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יונה האפמאן הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' שמואל ראטטער הי"ו - ירושלים.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקנתו הרבנית אשת חבר הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע און הרבנית אשת חבר הרה"ק בעל קדושת יוט זי"ע וועלכע געפאלן די וואך.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אנטשיל שעהר הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די נשיא כנהוג.
דערנאך איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל מענדלאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרהח ר פנחס בראך הי"ו - מאנטריאל.
כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' משה יצחק ראזענפעלד הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' ישראל דוב קליין הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויקרא אל משה און ארויסגעברענגט אז אויב טוט מען תשובה מיראה צוויי מאל האט עס די זעלבע כח ווי תשובה מאהבה, האט דער רבי געזאגט אז מצה איז משפיע יראה אזוי ווי עס ווערט געברענגט אז 'הא לחמא עניא' איז בגימטריא 'יראה' במילא ווען מען עסט די אפיקומן אנשטאט די קרבן פסח באקומט מען צוויי מאל יראה און דורכדעם איז מען זוכה צו תשובה מאהבה,
און דער רבי האט ארומגערעדט לענגערע דברי הכנה ליו"ט פסח, און אנגעוואונטשן מ'זאל זוכה זיין צו מבער זיין די שאור שבעיסה סיי ברוחניות און סיי בגשמיות און קענען מקבל זיין אלע השפעות וואס קומען אראפ.
ידיד נפש: הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל ראטטער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן שלום ב"ר יואל אברהם ברייער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקנתו הרבנית אשת חבר הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע און הרבנית אשת חבר הרה"ק בעל קדושת יוט זי"ע וועלכע געפאלן די וואך.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן ציבור אינאיינעם א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:00 אזייגער.
ארום 10:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ ווי עס איז פארגעקומען די סיום מסכת נדרים במסגרת חבורת יסודי התורה אין די זאלן פון תפארת רבקה,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:10,
דער נועם הכבוד הרה"ג ר' ישראל מרגליות שליט"א האט פארענדיגט זיין דרשה,
דער רבי האט געזינגען זמירות מלוה מלכה, דערנאך האט דער יושב ראש הר"ר יואל כ"ץ שליט"א אויפגעריפן הרה"ח ר' שמואל חיים בראך הי"ו צו מאכן די סיום,
דער רבי האט איבערגעגעבן א מתנה א לעדערנע גמרא מסכת נדרים אין וואס הרה"ח ר' שמואל חיים הי"ו האט געמאכט די סיום,
נאכן סיום האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג אז די סגולה פון מצוות מצה איז אריינצוברענגען א זיסקייט אין די תורה מזאל קענען שפירן א טעם אין לערנען, און ארויסגעברענגט די שמחה פון די מסיימים און געזאגט אז טראץ וואס מען האט שוין געענדיגט די מסכת זאל מען ווארטן מיט די התחלת מסכת נזיר ביז נאך פסח און דעמאלטס אנהייבן מיט א שטארקע התחדשות און אויף דערווייל ביז פסח זאל מען לערנען פרק ערבי פסחים פון מסכת פסחים אלץ הכנה צום יו"ט פסח, און דער רבי האט ארומגערעדט לענגערע דברי הכנה ליו"ט פסח אויפפאדערונג זיך צוצוגרייטן צום יו"ט פסח מיט א הכנה דרבה צו קענען מקבל זיין די השפעות וואס קומען אראפ, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער און דער רבי איז אהיים געפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~