דאנערשטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ויקרא=
~ר"ח ניסן~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אלי' פארקאש הי"ו - תאומים.
ב"ר יואל גרובער הי"ו.
ב"ר יקותיאל יודא פריינד הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די נשיא כנהוג.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך ארום 12:30 איז דער רבי צוריק אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט פארגעלערענט די ניינטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט דברי הדרכה לימי בין הזמנים ווי דער רבי האט מעודד געווען די בחורים אויפצושטיין לערנען פארן דאווענען, און דער רבי האט געבעטן פון די בחורים צו לערנען פרק ערבי פסחים אלץ הכנה צום סדר נאכט, און מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
פארמיטאג איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק', און דערנאך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 6:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל אברהם יעקב ברייער הי"ו און ר' יואל בר"א גאלדבערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' ראובן אריאל מאוואס הי"ו און ר' יואל סאאל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מנייטרא שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן, און געגעבן ספרו לב אהרן אויף פסחים און ראש השנה.
אויך איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו האט מנדב געווען א כתה אינעם נייעם בנין הת"ת אין מוסדותינו הק' אין מאנסי,
אויך האט הרה"ח ר' יושע שמואל הי"ו מנדב געווען א גרויסן סכום פארן נייעם מקוה טהרה אין ק"י.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יושע שמואל הי"ו און זיין משפחה.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד מהרש"א דקהלתינו הק', און ר' משה שמחה קויפמאן הי"ו,
און פון די מחותנים ר' מנחם הירש הי"ו און ר' מרדכי קאהן הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~