דאנערשטאג ויקה"פ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ויקה"פ=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים העכט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יודא טייטלבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמחה דרעזדנער הי"ו.
ב"ר יואל צוויבל הי"ו.
ב"ר מאיר בערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, און דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים פון חבורת 'לגיון של מלך' נגד פגעי טעכנעלאגיע פון סניף ברך משה.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פערטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:25.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין די דערנעבנדיגן בנין הישיבה ווי די בחורים זענען עוסק אין מאלן ווייץ לקראת יו"ט פסח הבעל"ט,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר הטחינה און דערנאך עוסק געווען בטירחא דגופא און געמאלן ווייץ פאר א לענגערע צייט.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אברהם משה לאנדא הי"ו און ר' חיים משה ביטמאן הי"ו,
און פון די מחותנים ר' אברהם שמואל שווארץ הי"ו און ר' משה מאיר דוב גליק הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מעריב איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד דזשעפערסאן בגלילות ק"י לרגל די שמחת השבע ברכות פון בת הר"ר יואל ברש"נ ווייס שליט"א - רב הביהמ"ד,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבערן הייליגן כתב סופר זי"ע פון וועם די חתן איז א אייניקל,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן ומחותנים.
א גוטע נאכט.
~🌴~