מיטוואך ויקה"פ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויקה"פ=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים פון חבורת 'לגיון של מלך' פון סניף ויואל משה.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אביגדור הערשקאוויטש הי"ו און ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל בר"א ניישטאדט הי"ו און ר' יואל הערש ראטה הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:10 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~