דינסטאג ויקה"פ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויקה"פ=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ישמח משה בהנהלת הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אלימלך דאסקאל הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.
פאר הודו האט דער רבי געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע מיט גרויס התעורורות ובכיות.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים, און משמיע געווען דב"ק ארומרעדענדיג איבער די גרויסקייט פונעם בעל הילולא און די קדושה וואס ער האט איבערגעלאזט אויף יעדע איד עד סוף כל הדורות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע אינאיינעם מיט תלמידי ישיבת קנין תורה פון מאנסי, וואס איז פארגעקומען באולם שע"י ביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה,
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נפתלי צבי סופר שליט"א - מגי"ש בישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אלה הדברים אשר צוה ה' לעשות אותם און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא און ארויסגעברענגט אז ויקהל איז בגמטריא 'מקוה' און געזאגט אז ווען מגייט אין מקוה דארף מען צומאכן די מויל און די אויגן און מדארף זיך אראפבייגן, דאס קומט זאגן אז מדארף האבן שמירת עינים און אכטונג געבן וואס מרעדט און מדארף האבן הכנעה, און פונקט ווי מטאר נישט האבן קיין חציצה אויפן גוף און אויב מען האט דארף מען עס אראפקראצן, די זעלבע טאר מען נישט האבן קיין חציצה אויף די נשמה און אויב מען האט ח"ו דארף מען עס אראפקראצן, און דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם הייליגן מאור ושמש זי"ע אז דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע האט איינגעפירט צו גיין אין מקוה, האט דער רבי געזאגט אז בזכות פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע קען מען אראפקראצן די חציצה פון די נשמה און אפילו נאר דערמאנען די נאמען ווערט מען שוין הייליג, און געזאגט אז דאס אז מען קען זיך נאך האלטן אין דעם ביטערן גלות איז נאר אדאנק די קדושה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' אשר אנשיל גריסגאט שליט"א איבערגעגעבן א מתנה פאר רבינו שליט"א א ספר תהילים אריינגעשריבן די נעמען פון די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכענט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט, און געבעטן אז דער רבי זאל זיי אינזין האבן, דער רבי האט געליינט די קוויטל און ווארעם אנגעוואונטשן,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אשר אנשיל גריסגאט שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 6:00 אזייגער.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די בחורים.
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין ב"פ ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הרה"ח ר' הערשל שפיץ הי"ו ע"פ אביו ע"ה. דערנאך איז דער רבי געפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען ארום 8:50 איז דער רבי צום ערשט אנגעקומען צו די לע-שאטאו זאלן ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת התחזקות פארן כולל בוקר שע"י ביהמ"ד ברך משה - וומ"ס,
עס האט אויפגעטרעטן די רב הביהמ"ד הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און בפרט פארן נדבן ופטרון הכולל הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארומרעדענדיג בשבח פונעם ביהמ"ד ווי מען שטייט אויף פארטאגס און מ'לערענט, וכו' און ארויסגעברענגט לשבח פונעם חשובן נדבן ופטרון הרה"ח ר' יוסף מרדכי הי"ו, און מסיים געווען בברכת קדשו.
זמני כניסה איז געווען פון 9:20 ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 12:00 אזייגער איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרגל די שמחת החתונה פון נכדתו וואס קומט פאר מארגן מיטוואך אויפדערנאכט אין וומ"ס,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~