זונטאג בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג בלק
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל
ר' נפתלי הערש לאנדא
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים בן
ר' יואל מאשקוויטש
ר' יואל בר"א קויפמאן
ר' יעקב יצחק אבערלענדער
ר' פנחס עזריאל מאנן (לאנדאן)
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ה' פסוק ב' - ג'
נאכן דאווענען זענען אריין צום רבי'ן תלמידי הישיבה עסקנים למען כתיבת ספר תורה וואס וועט אריין געגעבן ווערן און ישיבה סניף קדושת יואל אינאיינעם מיטן מנהל הרב ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א.
דער רבי האט איבער געקוקט די התחלת הכתיבה, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטן טאג
~🌴~