מאנטאג כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג כי תשא=
~תענית אסתר~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע הערש גאלדבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל משה דאסקאל הי"ו.
ב"ר יעקב הכהן גראס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
~ליל פורים~
ארום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול,
בעל תפילה: ר' יחזקאל געלבשטיין הי"ו.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א.
הגבה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א.
גלילה הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו - וומ"ס.
ארום 6:55 האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב.
בעל תפלה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
נאך מעריב ארום 7:10 איז רבינו שליט"א ארויף אויפן באלעמער מעוטף בטלית שאולה געברענגט דורך הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו, און געזאגט די לשם יחוד וכו' און אויסגעשפרייט די מגילה כאגרת, און געליינט די מגילה מיט גרויס התעורורות און מיט התלהבות אש.
דאס ליינען האט זיך פארצויגן פאר אריבער א שעה, און מען האט געענדיגט אום 8:15, מען האט געזאגט די ברכות און ואתה קדוש און עלינו, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין היכל השלחנות.
דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע לעבעדיגע ניגונים, און געטאנצן בשמחה וחדוה לכבוד פורים,
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק והשתי' כדת אין אונס, און ארומגערעדט בדרך דרוש בעניני פורים, אז דורכ'ן טון א מצוה בציבור באקומט מען יא שכר מצוה אויף די וועלט במילא איז אונסי וזוזי גמר ומקני און עס איז נישט דא קיין מודעה,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ניגונים, דערנאך האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט ברגש קודש אז מען דארף אפגעבן א שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער אויף די חסדים וואס השי"ת האט געטון, נעכטן איז מען אומגעפאלן און בחסדי ה' איז מען אפגעקומען מיט א בלויזע קריץ, און מען דארף דאנקן און לויבן אז עס האט זיך נישט געענדיגט ערגער, און דערנאך מאריך געווען בניגוני הודאה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א מיט דברי בדחנות, און צום סוף געזינגען הערליכע חרוזים בענין שמירת עינים אויפן נוסח פון די הייליגע טעג לכבוד די חבורה 'לגיון של מלך' ווי הונדערטער בחורים האבן אינטערגעשריבן נישט צוצורירן צו קיין סמארטפאון און אנדערע כלים הטמאים,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר די גבאים פון די ישיבות וועלכע האבן צוזאמגענומען די חתימות די פעקלעך געבענטשטע מטבעות אויסצוטיילן פאר אלע בחורים,
ברכת המזון: הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:15.
~🌴~