דאנערשטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג תצוה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א', ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה ליו"ט פורים הבעל"ט, וויאזוי מדארף זיך צוגרייטן צום יו"ט, מיטן לערנען חסידישע ספרים וכדו' און איבער די התנהגות אינעם יו"ט סיי ביים גיין נאך געלט און סיי אויף וועלכע ניגונים צו טאנצן, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאכן דאווענען זענען אריין בחדרו הפרטי די גבאים פון קופת אבני חסד פון אלע סניפי המתיבתא מקבל זיין ברכת הקודש לקראת יו"ט פורים הבעל"ט,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שליחות הקודש פאר די גבאים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יעקב יחזקי' היימליך שליט"א - מאנטריאל און הר"ר אפרים טייטלבוים שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' דניאל שאלילאף הי"ו און ר' מאיר יודא מאלח הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:50 אויפדערנאכט.
ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' דוד ברא"י ווייס הי"ו און ר' ליפא ווייס הי"ו,
און פון די מחותנים ר' ישראל שעהר הי"ו און ר' יעקב אלי' רייזמאן הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין די בחורים עסקנים פון חבורת 'לגיון של מלך' וועלכע זענען זיך מקבל קבלות טובות בעניני טעכנעלאגיע,
דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און געבענטשט די מטבעות וועלכע וועלן ווערן פארטיילט פאר די הונדערטער בחורים וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די חבורה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~