מאנטאג תרומה - יומדה"ק פון הגה''ק בעל קדושת יו''ט זי"ע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג תרומה - יומדה"ק פון הגה''ק בעל קדושת יו''ט זי"ע=
~מסע הקודש קיין עיר האבות סיגוט יע"א~
ארום 7:15 איז רבינו שליט"א ארויסגעגאנגן צופיס צום ציון הק',
ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געזאגט די ברכה, און דערנאך אריין אין אוהל הק' און געצינדן 5 ליכט מיט א נר נשמה ביים ציון הקדושת יו"ט, און דערנאך ביים ייטב לב און עצי חיים, און אויך ביי הגה"ק רבי משה יוסף אוהעל'ער, זכותם יגן עלינו.
דערנאך איז דער רבי צוריק צום ציון הקדושת יו"ט און אנגעהויבן די תפילה פון שלום עליך רבי ומורי מיט בכיות נוראות א לענגערע צייט, דערנאך האט מען אנגעהויבן די תהילים פרק רביעי פון צ' ביז ק''ז כנהוג, דער רבי האט אויסגעלאזט די קאפיטלעך און דערנאך געזאגט דעם יהי רצון מיט שטארקע בכיות, דער רבי האט געזאגט קדיש און געלערנט משניות און דערנאך געזאגט קדיש דרבנן.
דערנאך האט דער רבי געליינט די קוויטלעך פאר א לענגערע צייט, בשעת מען האט געזינגען בהתעוררות רב מערערע ניגונים מבית מדרשו של רבותינו הק' זי"ע אנגעהויבן פון בני היכלא וואס מ'האט געזינגען נאך ביים קדושת יו"ט.
איידער דער רבי האט זיך משתטח געווען האט דער רבי ארויף געלייגט די טויזענטער קוויטלעך וואס מען האט מיטגעברענגט פון די תלמידי הישיבות פון איבער גרעיטער ניו יארק, און דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען א לענגערע צייט, מיט גרויסע בכיות, און דערנאך צוגעגאנגן צום יטב לב און עצי חיים, געליינט עטליכע קוויטלעך מבני המשפחה און דערנאך זיך משתטח געווען.
ארום 8:45 האט דער רבי פארלאזט די ציון הקדוש, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און צוריק געפארן לביתו נאוה קודש.
ארום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בהיכל ביהמ"ד בבנין עצי התמרים,
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל ראטה הי"ו - לאנדאן,
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.
ביים ליינען איז מכובד געווארן מיט,
פתיחה: הרב נפתלי הורוויץ שליט"א - לאנדאן.
בעל קורא: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב ני"ו.
כהן: הרה"ח ר' פישל כ"ץ הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרב אשר ישעי' הורוויץ שליט"א נכד בעל ההילולא.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' דוד אהרן שווארץ הי"ו - ב"פ.
גלילה: הר"ר יעקב שלמה רובינפעלד הי"ו - ק"י.
צו תהילים איז צוגעגאנגען נכד רבינו הב' יואל ט"ב ני"ו בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
עטליכע מינוט נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק ומעמד 'הנחת אבן הפינה' פארן בנין הכנסת אורחים וואס וועט אי"ה געבויעט ווערן אויפן שטח פונעם שוהל הויף נעבן די ביהמ"ד לתועלת אנשי שלומינו וועלכע קומען צופארן קיין סיגוט יע"א,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן 'זכותו יגן עלינו',
דערנאך האט דער רבי פארציילט עובדות מגדולתו וקדושתו פונעם בעל ההילולא, און דערנאך ארומגערעדט פונעם בנין הכנסת אורחים וואס וועט געבויעט ווערן בעז"ה, און ארויסגעברענגט בשבח פון די חשובע עסקנים וועלכע זענען עוסק במלאכת הבני' לתועלת אלפי אנשי שלומינו און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי ארויפגעלייגט ציגל פונעם ארגינעלן בנין וואס איז דארט געשטאנען, דער רבי האט געגאסן די צעמענט און געלייגט דעם אבן הפינה, און צוגעלייגט עטליכע מטבעות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
מען האט געענדיגט ארום 11:15.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי ארויס אויף א קורצע שפאציר אויף די גאסן ארום די שוהל הויף און אויסגעשמועסט פארשידענע מעשיות וואס ער האט מקבל געווען מאביו הגדול רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און צוגעצייגט יעדע זאך וואס און ווי עס האט פאסירט.
ארום 1:10 האט דער רבי פארלאזט דעם עיר האבות סיגוט, און ארום 2:30 איז דער רבי אנגעקומען קיין באניע, ווי דער ספעציעלער טשארטער פליגער האט זיך געהויבן אום 3:15 קיין ווארשע, און פון דארט איז מען תיכף אריבער צו א פליגער קיין ניו יארק וואס האט זיך געהויבן 5:05.
אויפן פליגער תיכף נאכ'ן זיך הייבן האט דער רבי געדאווענט מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק און געזאגט די קדשים.
ברוך הבא בשם ה'! ארום 8:20 אויפדערנאכט האט די פליגער געלאנדעט אינעם JFK עירפארט, און ארום 8:50 האט דער רבי פארלאזט דעם עירפארט אויפן וועג צו ביתו נאוה קודש אין ק"י.
ארום 10:05 איז דער רבי אנגעקומען לביתו נאוה קודש און איז אפגעווארט געווארן דורך די תלמידי המתיבתא, מען האט געזינגען ברוך הבא און אריבער שלום נעמען.
תיכף דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב בביתו נאוה קודש, נאך מעריב זענען אנ"ש אריבער שלום נעמען.
"קה זכות אבות יגן עלינו, וימלא משאלותינו במדה טובה ישועה ורחמים"
~🌴~