דאנערשטאג 7:33 אינדערפרי און עיר המלוכה וויען יצ"ו.
אפדעיטס ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג 7:33 אינדערפרי און עיר המלוכה וויען יצ"ו.=
(מיטוואך 1:33 אויפדערנאכט נ"י זייגער)
ברוך הבא בשם ה' אין די יעצטיגע מינוטן האט די פליגער פון רבינו שליט"א געלאנדעט אינעם 'וויען אינטערנעשאנעל עירפארט' אויף א קורצע אפשטעל אויפן וועג צום שבת המרומם "שבת ישיבה של מעלה" שב"ק עם תלמידי ישיבותינו הק' מארה"ק ומאייראפה - בעיר האבות סיגוט יע"א.
דער רבי וועט דאווענען תפילת שחרית ארום 9:30 און ביהמ"ד קהל חסידים ווי נאכן דאווענען וועט פארקומען א מעמד קבלת פנים ומסיבת לחיים ווי דער רבי וועט אויפטרעטן מיט דברות קודש, און דערנאך וועט דער רבי צופארן צום אכסניה בבית הרבני הנגיד הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו.
נאך תפילת מנחה וועט דער רבי פארזעצן די נסיעה און אפפליען מיט א פריוואטע פליגער קיין שטאט סאטמאר.
~🌴~