דינסטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג משפטים=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם ב"ר שבתי ווערטהיימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק ב"ר מנלי שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר שמעון שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 4:15 נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה אין קרית יואל צום "מעמד יום האיחוד" ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די אריבער אכט הונדערט תלמידי כתה מכינה לישיבה קטנה פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק,
צום ערשט האט דער רבי געדאווענט מנחה, און דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד, די בחורים האבן געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים דערנאך האבן עטליכע בחורים פארגעזינגען חרוזים,
דערנאך האבן די מנהלים איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים העעל"ט,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורים, ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי התחזקות ללימוד התורה, בסוף דבריו האט דער רבי ארומגערעדט איבער די נסיעה קיין עיר האבות סיגוט אויף דעם שב"ק 'שבת שקלים' לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן בעל קדושת יו"ט זי"ע וואס געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג כ"ט שבט, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' פון ארה"ק און אייראפע,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די קשר פון רבותיה"ק העצי התמרים זי"ע צו די בחורים, און די געוואלדיגע כוחות וואס זיי האבן אריינגעלייגט אין הרבצת התורה פאר בחורים, און דער רבי האט ארומגערעדט מיט א רגש קודש איבער די זכי' צו קענען פארלערנען פאר בחורים בביהמ"ד שהתפללו בו אבותיו הק', און געזאגט אז ער וועט אי"ה מיטנעמען די קוויטל כוללות פון די שעות רציפות פון די בחורים צו ברענגען א פריסת שלום פון די היזיגע בחורים, און מסיים געווען בברכת קדשו אז מזאל פויעל'ן אלעס גוטס און אהיימברענגען רפואות און ישועות פאר גאנץ כלל ישראל.
דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט,
מען האט געענדיגט ארום 5:45.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
ביים אנקומען אין וומ"ס האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד ברך משה וומ"ס, ע"פ אביו ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אברהם יוסף פריעדמאן הי"ו און ר' שאול בראך הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~