מאנטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג משפטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - חדב"ן, וחתן הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל טייטלבוים הי"ו.
ב"ר חיים מרדכי מיטטעלמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה,
מוהל: רבינו שליט"א.
סנדק: די זיידע הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א.
סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רבי העניך שליט"א.
ברכות: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל יצחק נאך די זיידע האדמו"ר מאלעסק זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשובע זיידעס, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד.
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה די אבי הבן הרב ליפא אשכנזי שליט"א, הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א, און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב ברוך רוקח שליט"א בן הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און דערנאך געוואונטשן פאר חתנו הגה"צ רבי העניך שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס בני וחתני הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט.
ארום 9:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' שמעון ישראל הורוויץ הי"ו און הר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
ארום 11:35 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון כינור דוד ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל די שמחת החתונה פון צוויי אייניקלעך החתן בן הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ, און הכלה בת הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בדברי תורה ופלפול אין די סוגיא פון ריבית, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חתנים און פארן דיין שליט"א, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די זיידע הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די חתנים און דערנאך מיט די מחותנים און עקסטער אין א מחול לצדיקים מיטן דיין שליט"א,
דערנאך ארום 12:05 האט דער רבי געדאווענט מעריב אינטן אין ביהמ"ד בית מרדכי דקהלתינו הק'.
נאך מעריב האט הילד מרדכי דוב בהר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט פאר די תלמידי כתה ט' פארלאפענעם בין הזמנים אין פארשעי.
א גוטע נאכט.
~🌴~