זונטאג בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בשלח=
ארום 8:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אלטר וועבערמאן הי"ו - מאנסי.
נאכן דאווענען האבן זיך געזעגענט די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש.
פארנאכטס ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אלטר וועבערמאן הי"ו - מאנסי.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו האט פארגעלערענט א שיעור אין חומש רש"י,
פאר מעריב האט דער רבי מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביהמ"ד, און ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
נאך מעריב האבן זיך געזעגענט די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~