שבת קודש פרשת בא -יומדה"ק פון הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע- במקום הנופש פאלם ספרינגס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בא -יומדה"ק פון הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע- במקום הנופש פאלם ספרינגס=
אויף שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אינאיינעם מיט די ראשי הישיבה.
ביים שקיעה הנראית ארום 4:07 האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.
ארום 5:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אינעם שטאטישן ביהמ"ד און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
במשך די שבת איז דער רבי צוגעגאנגען צו די תפילות און געזאגט די קדישים לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע.
הבו לה' האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:20.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:40 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה,
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר משה אונגאר שליט"א - שיכון סקווירא.
מנוחה ושמחה: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א - מסאלקא מאנסי.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק מי ומי ההולכים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דברה תורה בלשון בני אדם.
קה אכסוף: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א - ראש ישיבת שיעור ד'.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק ו' שבט.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א - מראשי ישיבה שיעור ד'.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אלטר וועבערמאן הי"ו - מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 11:25.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרב יוקל טייטלבוים שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יעקב האפמאן הי"ו - לאנדאן.
בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
כהן: ר' מאיר גראס הי"ו.
לוי: הרה"ג ר' ישכר בעריש פריעדמאן שליט"א - רב קהל בית ישראל סידערהוירסט.
שלישי: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו - וומ"ס.
חמישי: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו - וומ"ס.
דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו אינאיינעם מיט הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך,
שביעי: הרה"ח ר' אפרים פישל קיש הי"ו - ב"פ. הוספות: הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו - ק"י.
הרב יוקל טייטלבוים שליט"א.
הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
אחרון: הרה"ח ר' יצחק צבי קליין הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' עוזיאל לעפקאוויטש הי"ו - ק"י.
גלילה: הרה"ח ר' מענדל גרשון אינדיג הי"ו - וומ"ס.
צו מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א - מאנסי, ור"מ בשיעור ד'.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:55.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד, נאך קדיש האט דער רבי געמאכט א עטיפה אויפן טלית מיט א ברכה.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום אליעזר וועבער הי"ו - ק"י.
בעל קורא: הרב יוקל טייטלבוים שליט"א.
כהן: הר"ר ישראל מאיר בר"ש פריעדמאן שליט"א - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו - ק"י. שלישי: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו - ק"י.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
מען האט געזינגען די נענועים ניגון פון הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע.
שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים ראטשטיין הי"ו - ב"פ.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק והגדת לבנך ביום ההוא לאמר און ארויסגעברענגט אז א איד ווערט באשאפן מיט א צלם אלוקים און דורכדעם ווערן די תפילות נתקבל, אבער אז מען איז חלילה פוגם פארלירט מען דעם צלם אלוקים און מען קען נישט מתפלל זיין און מונע זיין די גזירות רעות, שבת איז בגי' יפה תואר, דאס איז מסוגל צוריק צו באקומען דעם צלם אלוקים, אזוי אויך דורכ'ן גיין אין מקוה פארן דאווענען וואשט מען זיך אפ דאס פנים, און מען באקומט צוריק דעם צלם אלוקים און די תפילות ווערן נתקבל,
און דער רבי האט ארומגערעדט שטארקע דברי התעורורות זאגענדיג אז מאיז שוין אדורך האלב פון די ימי השובבי"ם און מדארף מאכן א חשבון הנפש וואס מען האט שוין אויפגעטוהן אין די וואכן.
ידיד נפש: הרה"ג ר' ישכר בעריש פריעדמאן שליט"א.
קל מסתתר: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלטר וועבערמאן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:15.
ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, ביי די פיש האט הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א געמאכט א סיום אויף מסכת ביצה וואס מען האט מסיים געווען במסגרת הישיבה, דערנאך האט מען געזינגען די זמירות מלוה מלכה, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די סעודה ווי מען האט אויפגעגעבן קוגל און בארשט, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן 'זכותו יגן עלינו',
ביים סעודה האט זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א וועלכע וויילט אויף אפרוה אין אריזאנע, און הגה"צ רב דקהלתינו מאנסי שליט"א וועלכע וויילט אויף אפרוה אין די האט ספרינגס געגענט,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע ארויסברענגענדיג די חשיבות און גרויסקייט פון גיין אין מקוה יעדן טאג, און ממשיך געווען בסיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רב דקהלתינו מאנסי שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס,
הגבהת הכוס: האדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א,
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי באגריסט מיט הרה"צ ר' מנשה רובין שליט"א - אב"ד דינוב קאסא גראנדא אריזאנע.
מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער.
~🌴~