דינסטאג בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בא=
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אלטר וועבערמאן הי"ו - מאנסי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק רבי ר' זושא מאניפאלי זי"ע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און דערנאך פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.
פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה,
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק רבי ר' זושא מאניפאלי זי"ע,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה נחום פאשקעס הי"ו - וומ"ס.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו האט פארגעלערענט א שיעור אין חומש רש"י,
ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~