מאנטאג בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בא=
~ראש חודש שבט~
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' חיים ראטשטיין הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק הי"ו - וומ"ס.
לוי: ר' פנחס מנחם בערקאוויטש הי"ו.
שלישי: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו - ק"י.
גלילה: הרה"ח ר' מענדל גרשון אינדיג הי"ו - וומ"ס.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר אלעזר אייכענשטיין שליט"א - וומ"ס, בן האדמו"ר מבורשטין שליט"א.
ארום 3:45 איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד קערעסטיר אין די דעזערט האט ספרינגס געגענט בהנהלת הגה"צ רב דקהלתינו מאנסי שליט"א, ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חנוכת מקוה טהרה פארן געגענט,
דער רבי האט זיך צום ערשט אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד און אויף די מקוה, דערנאך איז דער רבי אריבער צום מקוה טהרה ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די הידורים פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיט מאנסי רב שליט"א,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין ביהמ"ד ווי עס זענען אנוועזנד געווען די תושבי השכונה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר הגה"צ מאנסי רב שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' נחום פריעדמאן הי"ו - ק"י, און הגה"צ מאנסי רב שליט"א,
ביים לחיים האט זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וועלכע האלט זיך אויף די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אינעם געגענט און דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די חשיבות פון בויען א מקוה טהרה און די השפעות וואס קומען אראפ דורכן מרבה זיין טהרה בישראל, און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המעמד, דערנאך האט אויפגעטרעטן האדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 4:30.
דערנאך האט דער רבי אריבער שפאצירט אינאיינעם מיט האדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א לבית אכסניתו אויף א ביקור קודש,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט איבער נסיעות לקברי צדיקים, און הלכות מזוזה, האדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן. דערנאך איז דער רבי צוריקגעפארן קיין פאלם ספרינגס.
פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו האט פארגעלערענט א שיעור אין חומש רש"י,
ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה נחום פאשקעס הי"ו - וומ"ס.
א גוטע נאכט.
~🌴~