דאנערשטאג וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג וארא=
ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
פארן דאווענען האט זיך דער רבי באגריסט מיט ידידו הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א - אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל, און עס האט זיך פארמירט א שיינע ידידות'דיגע שמועס.
בעל תפילה: ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו - ק"י.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן,
פתיחה: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' בנציון קאהן הי"ו - מאנסי.
לוי: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו - מאנסי.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר"ר מאיר מרדכי דוד אונגאר שליט"א - ב"פ.
גלילה: הרב שלום הורוויץ הי"ו - וומ"ס.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו האט פארגעלערענט א שיעור אין חומש רש"י,
ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו - וומ"ס.
א גוטע נאכט.
~🌴~