מיטוואך וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וארא=
ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו - ק"י.
אין די פארמיטאג שטונדן ארום 10:30 איז רבינו שליט"א געגאנגען שפאצירן, ווי עס איז פארפירט געווארן א זיינע שמועס בסיפורי צדיקים פונעם הייליגן שינאווא רב זי"ע און פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו האט פארגעלערענט א שיעור אין חומש רש"י,
ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו - ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~