דינסטאג וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג וארא=
ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק בעל התניא זי"ע ווי דער רבי האט פארציילט סיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שמועס איבער חסידות בזמן בעל התניא און איבער לערנען דקדוק און תנ"ך.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו - ק"י.
נאך מנחה האט הגה"צ אבד"ק ור"מ מאנסי שליט"א שלום גענומען פון רבינו שליט"א, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו האט פארגעלערענט א שיעור אין חומש רש"י,
ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
בעל תפילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו - ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~