שבת קודש פרשת שמות במקום הנופש פאלם ספרינגס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת שמות במקום הנופש פאלם ספרינגס=
ביים שקיעה הנראית ארום 3:50 האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.
ארום 5:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אינעם שטאטישן ביהמ"ד און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שמואל וואסערמאן הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:05.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה,
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א - מאנסי.
מנוחה ושמחה: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויקם מלך חדש על מצרים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מין במינו בטל.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יצחק שמואל אפענהיים הי"ו - ק"י.
ברכת המזון: הר"ר משה אונגאר שליט"א - שיכון סקווירא.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק בעל דברי שמחה מציעשנוב זצ"ל וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג כ' טבת.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' ישראל משה לאנדא הי"ו - ק"י.
נאך די פירות האט מען אויפגעגעבן בונדלעך און מען האט געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 11:10
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרב אברהם הערש אייזענבערגער שליט"א - שיכון סקווירא.
בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
כהן: הבה"ח שלמה זלמן ב"ר יצחק זאב פילאפף הי"ו - וומ"ס.
לוי: ר' חיים יואל רובינפעלד הי"ו - ק"י.
שלישי: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' יצחק יודא מאשקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
חמישי: הרה"ג ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א - דומ"ץ שיכון סקווירא.
דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך,
אויך האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך ליולדות פאר נכדתו אשת הרב שלום יחזקאל רובין שליט"א לרגל הולדת בנה למז"ט, און פאר נכדתו אשת הרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א לרגל הולדת בתה למז"ט.
שביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ק"י.
הוספות: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א. הרה"ח ר' ישראל משה לאנדא הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יצחק שמואל אפענהיים הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שמחה יוסף וויזענפעלד הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם אשר אנטשיל פעדער הי"ו - שיכון סקווירא.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו - ק"י.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל בער בר"א ווידער הי"ו - ק"י.
כהן: ר' יקותיאל פנחס פילאפף הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
שלישי: הר"ר משה אונגאר שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' שמחה יוסף וויזענפעלד הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה א'ת יעק'ב אי'ש וביתו באו, דורך דעם וואס חסידים ואנשי מעשה פראווען סעודה שלישית וואס איז קעגן יעקב אבינו ווערט מען מקושר מיט יעקב אבינו, און מען האט די כוחות זיך צו שלאגן מיט די חיצונים וואס ווערן באשאפן פון שלעכטע מחשבות, דיבורים, ומעשים.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:00 אזייגער.
א גוטע וואך.
~🌴~