דינסטאג שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שמות=
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א.
נאכן דאווענען האט הרה"ח ר' שמואל וואסערמאן הי"ו מחשובי חסידי פאפא בוומ"ס, איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א סעט ספרי ההצלה פון הצלת הרה"ק ר' אהרן מבעלזא זצ"ל פונעם צווייטן וועלט מלחמה און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס.
פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה,
עס האט שלום גענומען הרה"ג ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א - דומ"ץ שיכון סקווירא וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו האט פארגעלערענט חומש רש"י,
ביים זמן ר"ת ארום 6:10 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~