זונטאג שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג שמות=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה סטרולאוויטש הי"ו,
ב"ר יואל ברי"ח ווייס הי"ו,
ב"ר מרדכי אפרים פישל פייערווערקער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה, ווי דערביי האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די סוגיא איידערן אפרייזן למנוחת הנפש אויף פאלם ספרינגס קאלעפארניע.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן אויף מנוחת הנפש קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע.
ארום 1:20 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום סטוארט עירפארט, און ארום 2:30 האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער אויפן וועג קיין פאלם ספרינגס קאלעפארניע ווי דער רבי וועט וויילן למנוחת הנפש ביז קומענדיגן מיטוואך בשלח הבעל"ט,
די פליגער האט געלאנדעט אינעם פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל עירפארט ארום 4:55 -ארטיגע זייגער (ארום 7:55 ניו יארק'ע זייגער).
דער רבי איז אפגעווארט געווארן אין עירפארט דורך אנשי שלומינו וועלכע וויילן דארט אויף אפרוה.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה בבית הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:10 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
בעל תפילה: הב' מענדל בער ווייזער ני"ו.
~🌴~