מיטוואך ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויחי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה בר"י פאלקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר זוסיא סופר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמואל בראך הי"ו,
ב"ר יצחק ווייזער הי"ו,
ב"ר יצחק גרובער הי"ו,
ב"ר אשר שמואל כ"ץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ח'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יושע הערש גליק הי"ו און ר' שמואל אפרים גאלד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה איז געווען פון 7:30 ביז 11:50 אויפדערנאכט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' נחום שמשון שווארטץ הי"ו און ר' שמואל יוסף עקשטיין הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~