דינסטאג ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויחי=
~עשרה בטבת~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם שמואל געשטעטנער הי"ו,
ב"ר משה בער אפפעל הי"ו,
ב"ר משה לוי ברוין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי - מפטיר.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 5:45 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו און ר' שמחה פנחס פריעדמאן הי"ו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים און די זיידעס.
א גוטע נאכט.
~🌴~