דאנערשטאג ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ויגש=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה יצחק העללער הי"ו,
ב"ר מאיר משה לעבאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען אין מבצר הכוללים ווי דער רבי האט זיך צום ערשט אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט אויפן אינטערשטן שטאק להרחבת גבולי הקדושה, דערנאך איז דער רבי ארויף אויף די אויבערשטע שטאקן ווי דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די לומדים און זיך אונגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, צווישן אנדערע האט דער רבי ארומגערעדט איבער די חשיבות פון שטיצן די מקוה טהרה, און געבעטן די לומדי הכולל זיך צו משתתף זיין מיט גרעסערע סכומים ולכה"פ מיט $2,600 פארן נייעם מקוה טהרה וואס ווערט יעצט געבויעט, און מסיים געווען בדברי ברכה פאר די לומדי הכולל.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב, בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע.
ארום 6:30 איז דער רבי אנגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה גדולה ויואל משה ד'סאטמאר פון בארא פארק, וואס איז פארגעקומען אינעם בנין הבית רחל 'בנין לאה אסתר' אין קרית יואל.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה,
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות.
עס האט אויפגעטרעטן די ראש ישיבה הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג רבי דוד שלמה טייטלבוים שליט"א - מנהל הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא און ארויסגעברענגט אז מצוות תפילין ברענגט דביקות אין הקב"ה, אבער דאס איז נאר אויב מען רעדט נישט קיין שיחת חולין מיט די תפילין, און דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא זי"ע,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ציעשנוב שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 8:10.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' חיים זלמן ווייסבערג הי"ו און ר' חיים הערש בר"א גאלדבערגער הי"ו,
און פון די מחותנים ר' יוסף חביב באסול הי"ו און ר' רחמים אברהם דאנא הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~