דינסטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג מקץ=
~יום ב' דחנוכה~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג' וואס איז סטאנציאנירט בביהמ"ד יראי ה', בשכונת סמיט פארם בגלילות ק"י.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הרה"ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט"א - רב הביהמ"ד,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ג' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת, פאר מעריב האט הב' שמחה ב"ר מנשה גאטליעב הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום דריטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים.
ארום 9:50 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה ומוסר און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 10:35.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין מבצר הכוללים צום כינוס התחזקות דורך 'חבורת ליל שישי', מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעורורות און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי התחזקות ווי דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם ב"ח אז די גזירה פון די יונים איז געקומען אלץ א עונש צוליב די גרויסע התרשלות אין עבודת השם וואס עס איז געווען דעמאלטס, און די ישועה איז געקומען ווען מען האט זיך מחזק געווען בעבודת השם אפילו מיט קלייניגקייטן, און דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח פון די חבורה וואס איז זיך מחזק בעבודת השם און די חשיבות היינטיגע צייטן פון אפילו א קליינע דבר טוב בעבודת השם,
און דער רבי האט געזאגט אז "צו בלייבן א חסידישע איד אין תשפ"ג קען מען נאר דורכן לערנען חסידישע ספרים" און זיך צו ווייקן מיט חסידישע אידן בחבורה אחת, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
א גוטע נאכט.
~🌴~