מאנטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג מקץ=
~יום א' דחנוכה~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל אליעזר פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה בראך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמואל מאיר בערקאוויטש הי"ו,
ב"ר יקותיאל שרגא פייוויל גאנדל הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ב' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת.
פאר מעריב האט הב' וואלף ב"ר יואל בר"ב שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום צווייטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים, און הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו האט מהנה געווען בפרקי חזנות אויפן פיוט פון יונים.
ארום 9:45 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז די נר חנוכה איז משפיע חכמת התורה וואס דורכן עוסק זיין בתורה קומט אראפ אלע השפעות טובות בגשמיות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 10:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~