זונטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג מקץ=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יונה יחזקאל לעבאוויטש הי"ו,
ב"ר יואל ראזענבוים הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל א' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום ערשטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים, און הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו האט מהנה געווען בפרקי חזנות אויפן פיוט פון יונים.
ארום 9:40 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די שטארקע גנות פון מותרות - זיך נאכגעבן די תאוות עולם הזה און מעורר געווען זיך נישט צו לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די מנהג המדינה וואס די מהות פון אמעריקע איז זיך נאכצוגעבן אלע תאוות, און נאר אזוי קען מען משיג זיין די שטארקע אור וואס ליגט אין די תורה הקדושה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, ביים לחיים האט דער רבי ממשיך געווען מיט א סיפור פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע איבער די גנות פון זיך נאכגעבן די תאוות.
מען האט געענדיגט ארום 10:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~