שבת קודש פרשת וישב - מבה"ח טבת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וישב - מבה"ח טבת=
ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' גאנדל הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בהגה"צ רבי ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד ברך משה.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שלום נח ווייס שליט"א - דומ"ץ ארשיווע ב"פ.
מנוחה ושמחה: הרב יואל פערלמאן שליט"א - לאנדאן.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן רש"י ביקש יעקב לישיב בשלוה קפץ עליו רגזו של יוסף, און געטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון טעם כעיקר.
קה אכסוף: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
ברכת המזון: הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' משה'לע מ'דעעש זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם זונטאג כ"ד כסלו.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' שלמה הערש בהר"ר אברהם עקשטיין שליט"א - מו"ץ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:10.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר אפרים גראהמאן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר נפתלי חיים וואגשאל שליט"א - ב"פ.
כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו.
לוי: ר' יחזקאל ברמ"ש ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: החתן שלמה מנשה ב"ר אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו.
רביעי: הר"ר אלימלך שלמה שווארץ שליט"א.
חמישי: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יחזקאל איידליס הי"ו.
ר' יעקב ברי"ד גלאנץ הי"ו.
ר' פנחס נחמן ברי"מ גלויבער הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' יעקב שמחה שעהר הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז"ט.
אחרון: הרה"ח ר' שלום אליעזר ליכטענשטיין הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' יוסף שפיטצער הי"ו - ב"פ.
הגבה: הרה"ח ר' פנחס יודא ליכטענשטיין הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן שווארץ הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרב מרדכי גרינפעלד שליט"א - הר יונה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב הלל ליכטענשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודא לייב מאשקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
כהן: הר"ר הערשל כ"ץ שליט"א - וומ"ס.
לוי: ר' משה שמואל הירש הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויהי כהיום הזה ויבוא הביתה, מיט די כח פון שבת, און די כח פון די תורה הקדושה וואס אין דעם ליגט באהאלטן די אור הגנוז קען מען מבחין זיין צווישן א מצוה און אן עבירה, און דער יצר הרע קען נישט פארבן אן עבירה פאר א מצוה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הר"ר הערשל כ"ץ שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:25.
א גוטע וואך.
~🌴~