דאנערשטאג וישב - כ"א כסלו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג וישב - כ"א כסלו=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל טאמבור הי"ו,
ב"ר אברהם יואל ראטה הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק', ווי דער רבי האט דערנאך קובע מזוזה געווען אויף די נייע צוגעבויעטע פליגל וואס איז נארוואס פארענדיגט געווארן פארן צורך פונעם בעקערי, און דערנאך ארומגעגאנגען אינעם נייעם פליגל און זיך אומגעקוקט אויף די הרחבת גבולי הקדושה.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה ארום 5:30 איז דער רבי ארויף אין ישיבה גדולה סניף ברך משה צום מסיבת לחיים לרגל די יום הצלה והשוחרר כ''א כסליו אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים, מען האט געזינגן חסדי ה' אין נאך ניגוני הודאה, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר א לענגערע צייט.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה פאר די בחורים, צום ערשט האט דער רבי באגריסט די חשוב'ע גאסט הר"ר נפתלי לעבאוויטש שליט"א, מסופרי המלך אצל רביה"ק זי"ע,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז ווען מען איז זיך מתבונן און מען קוקט אויף די מצב וואס אידישקייט האט געהאלטן פאר אכציג יאר צוריק אין אמעריקע און ווי עס קוקט היינט אויס קומט פון זיך אליינס ארויס א שבח והודאה פאר הקב"ה פארן מציל זיין רביה"ק זי"ע מגיא צלמות,
און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט וואס דער רבי זי"ע האט געהאט צו די בחורים ממש ווי א טאטע צו א קינד, און איבער די געוואלדיגע זכי' וואס מען האט צו לערנען אין א סאטמארע ישיבה און די התחיבות עס פארלאנגט זיך אויפצופירן ווי עס פאסט פאר א סאטמארע בחור, און בפרט איינצוהאלטן די תקנת הישיבה נישט צו גיין צו חתונות, נזהר זיין פון אלע כלים הטמאים וכו',
און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די בחורים עסקנים וואס זענען עוסק לצמצם הוצאות החתונה סיי לגבי די שטריימלעך און סיי לגבי די מוזיק, און מיט דעם אראפנעמען פון די גרויסע הוצאות וואס ליגט אויף די טאטע'ס קאפ ביים חתונה מאכן, און מעורר געווען די חתנים אז החכם עיניו בראשו און מען זאל זען צו באשטעלן די תפילין ר"ת גענוג פרי צו קענען האבן מהודר'דיגע תפילין, און מסיים געווען מיט ברכת קדשו.
ארום 6:15 האט דער רבי פארלאזט די ישיבה און באגלייטונג פון די תלמידי הישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' ציון סאאל הי"ו און ר' מיכאל עג'מי הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו און ר' ליפא פרידריך ע"ה אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' חיים שמואל רייך הי"ו און ר' יעקב נפתלי דרעזנער הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אברהם בערגער הי"ו און ר' יואל בר"מ ווערטהיימער הי"ו,
און פון די מחותנים ר' יוסף לעווי הי"ו און ר' חיים הערש ראטה הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
~🌴~