מיטוואך וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וישב=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר פנחס גלויבער הי"ו,
ב"ר ירמי' צבי ראטה הי"ו - תאומים.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל בר"ה כ"ץ הי"ו און ר' שלמה לייב גליק הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 7:30 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
"חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו"
ארום 8:00 אזייגער איז רבינו שליט"א ארויסגעפארן פון קרית יואל אויפן וועג קיין וומ"ס צום מעמד אדיר "עלה נעלה" סעודת הודאה ודינער השנתי לרגל כ"א כסלו - יום הצלה ושחרור פון רבינו הקוה"ט זי"ע וואס איז פארגעקומען אינעם גיגאנטישן שאטער אינעם 'וואטערפראנט סקווער' אויף קענט עוו.
אלץ יושב ראש המעמד האט געדינט הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א - מגי"ש בקהלתינו הק' במאנסי ור"מ במתיבתא.
ארום 9:00 אזייגער האט הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות ווי דער רב שליט"א האט ארומגערעדט איבער די חיוב הודאה וואס ליגט אויף יעדע סאטמאר'ער חסיד, און ארומגערעדט איבער די הערליכע פירות וואס קומט ארויס פון מוסדותינו הק' אין וומ"ס.
ארום 9:30 איז רבינו שליט"א ערשינען אינעם זאל במעמד רבבות אלפי ישראל ווי דער רבי האט זיך צום ערשט באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן, און ביים אנקומען אויפן פלאץ האט דער רבי געטאנצן פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות אויף די ניגוני הודאה פון חסדי ה', בך בטחו, והיא שעמדה, און נאך.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה לכבוד היום, נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים צוערשט פארן אויבן אן און דערנאך פאר די אלופי אלפי אנשי שלומינו.
במשך די מעמד האט אויפגעטרעטן מיטן דבר הנהלת המוסדות הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, וועלכע האט ארויסגעהויבן די פילע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי קהלתינו הק' וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין.
דערנאך האט הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הי"ו אפגעגעבן כבוד המלכות באגריסענדיג די מעיאר עריק עדעמס יר"ה וועלכע האט דערנאך אויפגעטרעטן ארויסברענגענדיג זיין דאנק אויף די שטיצע ביי די מעיאר וואלן לטובתו, און צוגעזאגט צו שטיין צו די הילף למען עתיד חינוך הטהור אינערהאלב די מוסדות החינוך אין ניו יארק.
דערנאך האט די יושב ראש אויפגעריפן די נועם הכבוד הגה"צ ר' חיים שלמה מיללער שליט"א - אב"ד נייטרא וומ"ס.
ארום 11:00 אזייגער האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די צענטראלע דברות קודש והדרכת השנה פאר אלפי אנ"ש די בכל אתר ואתר,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די וואכעדיגע סדרה און ארומגערעדט במשנתו של רביה"ק בעל הנס זי"ע,
און דער רבי האט ממשיך געווען בדברי הדרכה ארויסברענגענדיג וויאזוי עס דארף צוגיין א הכנה צום יו"ט חנוכה,
און דערנאך ארומגערעדט בענינים העומדים על הפרק בנוגע גזירת החינוך, התבדלות פון די מדינה הטמאה וכל השותפים שלהם, און בפרט איבער די הסכמה פון די חרדישע פארטייען איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבת, און נאכאמאל מעורר געווען איבער זהירות במצוות מזוזה ותפילין, און מעורר געווען איבער קביעות עתים לתורה פאר די פרישע אינגעלייט, און מסיים געווען בדברי שבח פון מוסדותינו הק' אין וומ"ס און צוגעענדיגט בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
נאך די דברות קודש האט דער רבי געבענטשט על הכוס, און דערנאך געזאגט די שבע ברכות פאר עטליכע חתנים מאנ"ש, און דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעווינטשן פאר די חתנים ומחותנים.
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 12:00 אזייגער, אויפן וועג ארויס האט רבינו שליט"א זיך באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויס געהאלפן למען הצלחת המעמד.
א גוטע נאכט.
~🌴~