דינסטאג וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג וישלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אלי' בר"י גאטליעב הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון מרת ריספלער שתחי' אלמנת הרה"ח ר' מאיר זעליג ע"ה - ראה"ק דקהלתינו הק' בביתה אין ק''י, לרגל די שמחה בביתה שמחת החתונה פון בת בנה הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער הי''ו, אלץ הכרת הטוב אויף די פילצאליגע נדבות פאר קהלתינו ומוסדותינו הק' אין וומ"ס דורך מרת ריספלער שתחי' ובנה הבעל שמחה הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן ברכות לרוב פאר די גאנצע משפחה.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו און ר' יואל ברמ"י שווארטץ הי"ו, אין די זאלן פון כתר ריזל.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~