דאנערשטאג ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ויצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק בר"א טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שניאור זלמן גאלדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ליפא שפיטצער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעור השבוע וואס מען לערענט יעצט אין ישיבה בסוגיא דקם ליה בדרבה מיניה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יצחק יודא היימאן הי"ו ע"פ אמו ע"ה.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה ברוך פאללאק הי"ו און ר' משה שמואל סאמעט הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' אשר זאב ניימאן הי"ו און הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בית מרדכי דקהלתינו הק' אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' מרדכי יודא שווארטץ הי"ו און ר' דוד יודא פריעדמאן הי"ו,
און פון די מחותנים ר' אסף וואלבערג הי"ו און ר' יואל בר"א זילבערשטיין הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
עס איז געקומען אויף א באזוך הרה"צ ר' ישראל יוסף קאהן שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן לקראת החתונה וואס קומט פאר קומענדיגע וואך,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן און געגעבן א ספר לב אהרן - בראשית - דרושים.
א גוטע נאכט.
~🌴~