מיטוואך ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויצא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל שווארץ הי"ו,
ב"ר אברהם יעקב צבי דרוממער הי"ו,
ב"ר הערש כהנא הי"ו,
ב"ר יעקב שלום הארטמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען בני הרה"ח ר' חיים לייב ווייס ע"ה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו און ר' אברהם הערשקא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יחיאל מיכל טרעגער הי"ו און ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יושע יאקאב הי"ו און ר' יוקל ברי"ד הירש הי"ו,
און פון די מחותנים ר' יצחק אייזיק לעבאוויטש הי"ו און ר' חיים הלל ליכטענשטיין הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך קהלתינו הק' אין מאנסי לכבודו פון הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א, לע''נ אביו הר"ר משה יודא זצ''ל ולע''נ זקינו פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי זצ"ל, און ווערט אריינגעגעבן דעם זונטאג וישלח בביהמ"ד הגדול מאנסי בהשתתפות פון מרן רבינו שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני סופרות, און דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה, און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן רב שליט"א און פאר ראשי ועסקני קהלתינו הק' פון מאנסי.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~