דינסטאג ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויצא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', ווי דער רבי האט ארומגערעדט שטארקע דברי הדרכה וחיזוק פאר די בחורים.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 6:10 איז דער רבי אנגעקומען קיין מאנסי צום 'מעמד יציקת הבורות' בביהמ"ד 'עצי חיים סיגוט' וועלכע שטייט בראשות הרה"ג רבי אהרן טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד קהלתינו 15עוו. שליט"א,
דער רבי האט געגאסן די יסודות און מכבד געווען צו גיסן הרבנים הגאונים שליט"א,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המאורע, און עס האט אויפגעטרעטן די רב הביהמ"ד הרה"ג רבי אהרן שליט"א,
דערנאך איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' מנחם ליבערמאן הי"ו האט אפגעקויפט די שם המקוה, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אחיו הגה"צ שליט"א און פארן רב הביהמ"ד שליט"א און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון גיין אין מקוה יעדן טאג, און פארציילט עטליכע סיפורים פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע בנוגע חשיבות פון א מקוה, און אנגעוואונטשן פארן רב הביהמ"ד שליט"א, און ארומגערעדט בשבח פונעם ביהמ"ד, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן נדבן,
מען האט געענדיגט ארום 6:40, און דער רבי איז אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ ווי דער רבי האט זיך באטייליגט בבגדי שבת ביי די שמחת החתונה פון הכלה בת בנש"ק הר"ר מאיר יוסף לויפער שליט"א חתן הר"ר יעקב הורוויץ ע"ה נכד רביה"ק בעל עצי חיים זי"ע אין די עמינענס זאלן,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:10 און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן מחותנים און די זיידעס, דערנאך האט דער רבי געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה און געטאנצן מיטן חתן און מחותנים, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.
דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~