שבת קודש פרשת תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת תולדות=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן בנציון ב"ר יואל זאלדאן הי"ו.
ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישראל בהגה"צ רבי דוד דוב דושינסקיא שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד אהל פיגא.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרה"ג רבי חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר משה יצחק לעוו הי"ו - לאנדאן.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' אברהם פייערווערגער שליט"א - מו"ץ באלעד.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וירח את ריח בגדיו ויברכהו, און געטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין פון קנין בדבר שאין לו קצבה.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א.
ברכת המזון: הרה"ג רבי חיים הערש אשכנזי שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ר' הערש מ'רימונוב זי"ע וואס די יארצייט איז געווען דעם דאנערשטאג ל' חשון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יוסף צבי קריצלער הי"ו - ירושלים.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' הערשל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם דיימאנד הי"ו - בית שמש.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:30.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם פייערווערגער שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' יעקב קאסטו הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו - וומ"ס.
שלישי: החתן בנציון ב"ר יואל זאלדאן הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן אלימלך ב"ר הערשל הערשקאוויטש הי"ו - באווארפען.
חמישי: הרה"ח ר' יואל דוד ווייס הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' ישעי' טויב הי"ו.
ר' הערש אלימלך זילבערשטיין הי"ו.
שביעי: ר' נסים סאאל הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' ישעי' בנימין ענגלענדער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' הערשל הערשקאוויטש הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל שערצער הי"ו - מאנטריאל.
מען האט געענדיגט ארום 12:10.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:10.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב יחזקי' טויב הי"ו - מאנסי.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכל מייזעלס הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הר"ר משה יצחק לעוו הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב ק"י.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק וירח את ריח בגדיו, און ארויס געברענגט אז דורכדעם וואס מען שטרעקט אויס די האנט פאר עניים, איז ידיו של הקב"ה אויסגעשפרייט לקבל תשובה מדה כנגד מדה, און דאס איז מקרב די גאולה שלימה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי הערשקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א - מו"ץ.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:30.
~
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים פון ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און געווינטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים פון ישיבה קטנה באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און געווינטשן ברכת קדשו.
דערנאך זענען אריין א קבוצה בחורים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן ביי די מעמדים בצל הקודש במשך די פארלאפענע חודש תשרי העעל"ט אינאיינעם מיט הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק,
דער רבי האט פארטיילט א מתנה פאר די בחורים און געווינטשן ברכת קדשו.
ארום 9:30 איז דער רבי אנגעקומען בבית הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' חיים הי"ו האט אפגעקויפט א זכות אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים וואס ווערט געבויעט בעיר האבות סיגוט יצ"ו,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות, און געמאכט א לחיים ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע שטעט אין אונגארן און אין רומעניע, און דער רבי האט ווארעם געווינטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 איז דער רבי אנגעקומען קיין מאנסי ווי דער רבי איז צום ערשט אנגעקומען בבית האברך ר' וואלף ברא"מ לאנדא הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ר' וואלף הי"ו האט אפגעקויפט א כתה אינעם בנין הת"ת החדש, און א כתה בבית רחל החדש, בקרב מוסדותינו הק' אין מאנסי,
ביים מעמד איז אויך אנוועזענד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות, און געמאכט א לחיים און ווארעם געווינטשן ברכת קדשו.
דערנאך ארום 10:50 איז דער רבי אנגעקומען בבית הנגיד ר' יואל ברא"ז שפיטצער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א באנקעט לטובת קרן הבנינים שע''י מוסדותינו הק' אין מאנסי, ווי עס האבן זיך באטייליגט א געקליבענע צאל נגידים ותומכי המוסדות וועלכע האבן אפגעקויפט כיתות אין איינע פון די בנינים פון מוסדותינו הק' אין מאנסי, עס האבן אויפגעטרעטן הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א - מגי"ש בקהלתינו הק' אין מאנסי, און הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן ברכת קדשו, און משמיע געווען דב"ק ודברי ברכה פאר די נדבנים ארויסברענגענדיג די חשיבות פון קויפן א כתה, און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגן צימער ווי די נדבנים זענען אריין בקודש פנימה, ווי דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און ווארעם אנגעווינטשן פאר די נדבנים ובני משפחתם,
ארום 12:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט די שטוב און אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע וואך.
~🌴~