דאנערשטאג תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג תולדות=
~אדר"ח כסלו~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה חיים גפן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים יחזקאל שרגא ראזענבערג הי"ו.
ב"ר דוד ווייס הי"ו.
ב"ר ארי' אשר יושע וועבערמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יקותיאל יחזקאל שרגא וויינבערגער הי"ו און ר' ישראל יעקב אפענהיים הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל שלמה פארקאש הי"ו און ר' זאב שערצער הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א, ווי דער רב שליט"א האט איבער געגעבן א גריס פון קהילת 'אור חדש דרבינו יואל' אין גואטעמאלא ווי דער רב שליט"א אינאיינעם מיט דייני קהילתינו הק' זענען ספעציעל אראפגעפארן צום מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה טהרה ולחזק אחינו בני ישראל גירי הצדק.
אויך איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג המשפיע ר' ניסן דוד קיוואק שליט"א פון ארה"ק,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~