מיטוואך תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך תולדות=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם אלי' ברי"מ פרידריך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל נפתלי לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק א'.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:40 אויפדערנאכט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' שמואל מרדכי שטיין הי"ו און ר' אלי' שפיטצער היו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 12:45 איז דער רבי אנגעקומען אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מבוהש שליט"א בבית הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו, ביים שמועס איז אויך אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בהלכה און בסיפורי צדיקים, האדמו"ר מבוהש שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
א גוטע נאכט.
~🌴~