דינסטאג תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תולדות=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם שמואל גוטמאן הי"ו.
ב"ר נפתלי פריינד הי"ו.
ב"ר יחיאל מרדכי אראן הי"ו.
ב"ר יוסף ארי' האפפמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מבוהש שליט"א פון ארה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי האדמו"ר מבוהש שליט"א האט ארומגערעדט בשבח פון קרית יואל ווי ער האט געוויילט דעם פארגאנגענעם שבת, און בסיפורי צדיקים פונעם הייליגן ריזשינער זי"ע, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעווינטשן, און געגעבן במתנה א סעט פון ספרו לב אהרן.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מ'מונקאטש שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די קשר פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע מיטן שם שלמה פון מונקאטש זי"ע, און נאך,
האדמו"ר ממונקאטש שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א א סעט מנחת אלעזר מהודרת חדש, און דער רבי האט צוריקגעגעבן ספרו לב אהרן - סוגיות,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעווינטשן,
אויך איז אריין בקודש פנימה הרב אברהם סאפרין שליט"א נכד האדמו"ר מבעלזא שליט"א, און דער רבי האט געווינטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער בביתו נאוה קודש, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~