מאנטאג תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג תולדות=
~ביקור המרומם בקרב קהלתינו הק' אין מאנטריאל~
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די רבני ולומדי כוללינו,
ביים ליינען האבן עולה געווען,
כהן: ר' יואל קאהן הי"ו,
לוי: ר' לייבוש בר"ח לעווי הי"ו,
שלישי: רבינו שליט"א,
בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
הגבה: הרה"ח ר' יצחק פרענקל הי"ו,
גלילה: ר' הערשל קליין הי"ו,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען בבית האכסניא אן עלעגאנטער מסיבת 'פת שחרית' פאר די הנהלת הכולל וראשי החבורות,
דער רבי איז ערשינען צום מסיבה, און עס האט אויפגעטרעטן דער ראש הכולל הרה"ג ר' יודל שטערן שליט"א, און ארויס געברענגט לשבח די הנהלת הכולל וואס געבן אוועק פון זיך להצלחת הכולל בגשמיות וברוחניות,
די עסקני הכולל האבן איבערגעגעבן פארן רבין אז לאור קריאת קודש פונעם רבין צו עפענען א כולל בוקר ללימוד התורה באשמורת הבוקר האט הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו זיך אינטערגענומען די הוצאת הכולל לע"נ אביו הרה"ח ר' שמואל בנימין ע"ה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר דער ראש הכולל, פאר די הנהלה, און פאר אלע אנוועזנדע,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א 'לעדערנע סידור' בחתי"ק פאר די ראשי החבורות און פאר די הנהלת הכולל.
פארמיטאג ארום 1:15 איז דער רבי אנגעקומען צום כולל אברכים בהיכל בית מדרשינו הגדול,
דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די לומדים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט משמיע געווען דברי דרוש אין די סוגיא וואס מען לערנט יעצט אין כולל בסוגית עד אחד נאמן באיסורין משולב בדברי תורה אויף די וואכעדיגע פרשה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי הדרכה פאר די כולל אינגעלייט, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז א כולל אינגערמאן ווערט באטראכט ווי אן אתרוג, די גאס קוקט מיט א פארגרעסערונג גלאז צו טרעפן די מינדערסטע פלעק, דער רבי האט ווידער אויפגעפאדערט אז א כולל אינגערמאן איז נאר איינער וואס שטייט אויף פארטאגס לערנען פארן דאווענען, און משבח געווען די בשורה מרנינה אז אין א בחינה פון טרם יקראו ואני אענה איז שוין דא א נדבן פאר די נייע כולל בוקר.
נאך די דב"ק האט דער רבי געמאכט א לחיים, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די רבני הכולל, און באזונדער פאר די אברכי הכולל
מען האט געענדיגט ארום 2:15.
ביים ארויסגיין איז דער רבי אראפ צום אינטערשטן שטאק פון ביהמ"ד אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו בריח התיכון פון קהלתינו הק'
ווי דער רבי איז אריין אין דער ברייטער רחבות'דיגער 'היכל התורה' נדבת לבם פון משפחת אבערלענדער הנכבדה לע''נ הרה''ח ר' שמואל ע''ה סגן ראה''ק דקהילתינו, און זיך אומגעקוקט אויף די פילצאליגע לומדים מיט א שטארקע הנאה.
דערנאך איז דער רבי אריין זיך אומקוקן אויף די פראכטפולע 'מקוה מפוארה' שע"י בית מדרשינו, נדבת לבם פון משפחת וויינשטאק הנכבדה, לע"נ אביהם מנחם צבי ב"ר ישראל ע"ה, און זיך אומגעקוקט אויף די בורות הטבילה, און אנדערע איינריכטונגען,
באזונדער האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די ברייטע לופטיגע קארידארן נדבת הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו, און אויף די רחבות'דיגע 'קאווע שטיבל' נדבת הרבני הנכבד ר' מנחם ליבערמאן הי"ו, וועלכע איז געווען צוגערישט מיט א ברייטקייט.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען בבית הרה"ח ר' מעכיל ראזענבערג הי"ו וועלכע האט אוועקגעגעבן זיין שטח אויפצושטעלן די שאטער הענקי פאר די געהויבענע טישן און מעמדים,
הרה"ח ר' מעכיל הי"ו האט געצייגט פארן רבין פארשידענע היסטארישע כתבי ידות פונעם נודע ביהודה און נאך, אין וועלכע דער רבי האט מעיין געוועהן א לענגערע צייט, ער האט געגעבן במתנה פאר רבינו שליט"א א לעדערנע סעט נודע ביהודה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' מעכיל ובני משפחתו.
דערנאך האט זיך די רבי צורוקגעקערט צום אכסני'.
בבית האכסניא זענען אריבערגעקומען די בחורי ישיבה קטנה סקווירא פון מאנטריאל ווי דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים, און געגעבן א שמועס פאר די בחורים אויף די וואכעדיגע פרשה, און געווינטשן ברכת קדשו.
שפעטער זענען אריבערגעקומען די עלטערע כתות פון ת"ת סקווירא מאנטריאל ווי די קינדער זענען אריבער נעמען שלום און דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה ודברי ברכה פאר די קינדער.
ארום 4:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא.
ארום 4:45 איז געקומען אויף א ביקור גומלין הגה"צ ר' יונתן בנימין ווייס שליט"א - גאב"ד מאנטריאל,
עס האט זיך פארמירט א שמועס בתורה וחסידות,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 5:15 האט זיך אנגעהויבן די זמני כניסה ווי אנשי שלומינו האבן געהאט די געלעגענהייט אריינצוגיין בקודש פנימה לויט א פאראויס באשטימטע סדר ביז ארום 8:30.
בעת די זמני כניסה ארום 6:40 איז געקומען אויף א ביקור גומלין כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שמועס בסיפורי צדיקים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 8:30 איז פארגעקומען א אסיפה בבית האכסניא פון הנהלת קהלתינו הק' פון מאנטריאל ווי רבינו שליט"א האט געגעבן ברכת קדשו צו מרחיב זיין גבולי הקדושה, מיטן עפענונג פונעם "בית הוראה דקהל יטב לב ד'סאטמאר מאנטריאל" וואס וועט דינען אלס צענטער פון הוראה פאר חברי קהילתינו הק' ותושבי עירינו, דערביי האט די רבי ממנה געוועהן הרה"ג דומ"ץ דקהילתינו שליט"א צו שטיין בראש פונעם בית הוראה ואיתו עמו חשוב'ע מורי הוראה הרה"ג ר' יואל אשר פישער שליט"א, הרה"ג ר' אפרים זלמן מרגליות שליט"א, הרה"ג ר' חיים אלעזר הירשפעלד שליט"א, צו דינען אלס מורי צדק בבית הוראה להורות לעם ה' בדבר ה' זו הלכה פאר אנ"ש בכלל און אברכים צעירים בפרט, לדעת את המעשה אשר יעשון.
ארום 9:10 האט דער רבי פארלאזט בית האכסניא אויפן וועג צום לופטפעלד, דערביי האט זיך דער רבי באדאנקט פאר די בעל אכסני' הרבני הנגיד ר' משה ישעי' הי''ו - מראה''ק, ובני ביתו, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן ברכות לרוב,
אינטערוועגענס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים וועירהאוז פון הנגיד בנש''ק הר''ר יואל יודא רובינפעלד הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הר''ר יואל יודא הי"ו און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה, און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר הר''ר יואל יודא הי"ו.
ארום 9:50 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום YUL לופטפעלד, ווי מען איז אנגעקומען ארום 10:05.
ארום 10:25 האט זיך די פריוואטע פליגער געהויבן אויפן וועג צום טעטערבארא לופטפעלד.
ארום 11:10 האט די פליגער געלאנדעט, נאך עטליכע מינוט האט דער רבי געדאווענט תפילת מעריב אינעם לופטפעלד,
ארום 11:50 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג לביתו נאוה קודש אין ק"י, מען איז אנגעקומען ארום 12:30, ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן בשירה וזמרה.
"בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה"
~🌴~