זונטאג תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג תולדות=
~ביקור המרומם בקרב קהלתינו הק' אין מאנטריאל~
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט פילצאליגע אנשי שלומינו פון מאנטריאל, אינאיינעם מיט א גרויסע ציבור אנשי שלומינו פון איבער גרעיטער ניו יארק.
ארום 1:00 אזייגער האט זיך אנגעהויבן די זמני כניסה ווי אנשי שלומינו האבן געהאט די געלעגענהייט אריינצוגיין בקודש פנימה לויט א פאראויס באשטימטע סדר ביז ארום 3:15.
בעת די זמני כניסה איז אריבערגעקומען די מעיאר פון שטאט מאנטריאל וועלכע האט שטארק ארויסגעהאלפן צו באקומען די פערמיטן פארן ביהמ"ד,
דער רבי האט זיך שטארק באדאנקט און געווינטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 3:15 בבית האכסניא.
ארום 4:15 איז דער רבי אנגעקומען קיין קרית טאהש אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א בביתו נאוה קודש,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און איבער די הרחבת גבולי הקדושה בקרית טאהש,
האדמו"ר מטאהש שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן, און דערנאך ממשיך געווען די שמועס אויף א פריוואטע פארנעם.
דער רבי איז צוריקגעפארן קיין מאנטריאל ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 5:00 צום ביהמ"ד הגדול צום הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו לע"נ אביו הרה"ח ר' שמואל בנימין ע"ה מיקירי תושבי מאנטריאל,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען בבית הרה"ח הישיש ר' מאיר יודא פעלזן הי"ו וועלכע האט מנדב געווען א גרויסע סכום פארן ביהמ"ד,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער זכרונות פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר יודא הי"ו ובני משפחתו.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק',
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט איבער די נסים וואס מען האט געהאט דעם פארלאפענעם זומער במחנה הקיץ קרית ברך משה קאנאדע, און נאך,
דער דיין שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
בבית האכסניא זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון התאחדות אברכים ווי מען איז איבערגעגאנגען די פילצאליגע פעולות פאר די פרישע אינגעלייט להגדיל תורה ולהאדירה, און דער רבי האט ווארעם געווינטשן ברכת קדשו.
ארום 9:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פונעם קראון פלאזא האטעל ווי עס איז פארגעקומען די פראכטפולע מעמד גמר הבנין וחנוכת הבית פון בית מדרשינו הגדול אין מאנטריאל, אינאיינעם מיטן סעודה לגומרה של תורה, בהשתתפות פון די הונדערטער אנשי שלומינו פון מאנטריאל און קרית טאהש און פילצאליגע אנשי שלומינו פון איבער גרעיטער ניו יארק וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען בשמחת קהלתינו הק' און בשמחת פונעם חשובן נדבן הס"ת ונדבן פון בית מדרשינו הגדול אין מאנטריאל הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו,
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הר"ר יוסף משה אונסדארפער שליט"א בן הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א וועלכע האט ארומגערעדט בדברי שבח פון קהלתינו הק' מיום הווסדה, און אויפגעריפן הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א - מנה"ר ישיבה קטנה סניף רב טוב ק"י וועלכע האט אויפגעטרעטן בדברי זכרון פון גיסו הרה"ח ר' שמואל בנימין סופר ע"ה וע"ש יקרא 'בנין שמואל בנימין' און חמיו הרה"ח ר' לייבוש קליינבערגער ע"ה וע"ש יקרא 'היכל יהודה לייבוש' - מיקירי תושבי מאנטריאל,
דערנאך איז פארגעזינגען געווארן ספעציעלע חרוזים לכבוד המעמד ארויסברענגענדיג די השתלשלות פון סאטמאר אין מאנטריאל דורך ר' בנציון וועבערמאן הי"ו באגלייט מיט די זמרה קווייער,
ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א און כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און געווינטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' וועלכע האט ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו הק' און איבער די געוואלדיגע הצלחה פון קהלתינו הק' און מסיים געווען אנוואונטשענדיג הצלחה פאר רבינו שליט"א און פאר קהלתינו הק',
דער רבי האט אנגעהויבן די צענטראלע דברות קודש "ודברי הדרכה פאר אנ"ש תושבי מאנטריאל" בדברי תורה אויפן פסוק וירח את ריח בגדיו ויברכהו ויאמר ראה ריח בני כריח שדה אשר ברכו ה',
דער רבי האט נאכגעזאגט די מדרש אז אויף יעדע פלאץ וואו עס איז דא א בית המדרש איז דא א שטיינדל פון בית המקדש, און מעורר געווען אויף זהירות בקדושת בית המדרש וואס איז א מקדש מעט און האט א שטיינדל פון בית המקדש,
דער רבי האט מעורר געווען אויף זהירות בהליכה למקוה, אז די תורה און תפילה זאלן זיין בטהרה, און נאכגעזאגט אז מה-דאך טבילה במקוה קען מאכן פון א גוי א איד, כל שכן אז עס קען מאכן פון א איד א דערהויבענער איד,
דער רבי האט ארויס געברענגט לשבח די עקסטערע 'היכל התורה' פאר לימוד התורה ווי איינגעפירט בבתי מדרשינו די בכל אתר ואתר,
דער רבי האט משבח געווען די חשוב'ע קהלה נאה וחסידה, די בעלי בתים וואס זענען זיך קובע עתים לתורה, די אברכי הכולל וואס זענען זיך מייגע אויף תורה, גיסו הגה"צ אבדק"ק שליט"א, און הרה"ג הדומ"ץ שליט"א, און עקסטער די עסקני קהלתינו הק',
דער רבי האט שטארק מעורר געווען אויף לימוד התורה פארטאגס פארן דאווענען, און אויפגעפאדערט די בעלי בתים נכבדים ואברכי הכולל צו זען צו קומען לערנען פארטאגס פארן דאווענען,
דערנאך האט דער רבי מעורר געווען אויף עניני קדושה וצניעות, זאגנדיג אז מאנטריאל איז א גוי'אישע שטאט, און מען דארף זייער נזהר זיין נישט נשפע צו ווערן פון די גוי'אישע גאס,
דער רבי האט אויפגעפאדערט זיך מרחק צו זיין פון די אלע כלים, הקטנים עם הגדולים, וואס האבן שוין אפגעקאסט אזויפיל קרבנות,
דער רבי האט מעורר געווען די מענער מזהיר צו זיין די נשים "און האלטן אן עינא פקיחא אויף די צניעות," און געזאגט אז מען וואלט געדארפט מער מאריך זיין אין דעם ענין, אבער עס איז אויסגעקומען צו רעדן באריכות ביים היסטארישער כינוס לנשים אין קרית יואל, און יעדער איינער קען איבער הערן די העתקה פונעם מעמד, און געבן צו הערן אינדערהיים,
דער רבי האט אויפגעפאדערט יעדעם איינעם זיך אויפצופירן אויף די גאס, ביי די מסחר, אויף וואקאציע, וכדומה, ווי עס פאסט פאר א חסיד'ישער איד, און דאס וויאזוי מען פירט זיך אויף אפילו ווען מען איז נישט אין בית המדרש, דאס ווייזט וואס א מענטש איז,
דער רבי האט מעורר געווען אויף חינוך הבנים והבנות, דער מלמד קען נאר טון א האלבע ארבעט, די איבריגע דארף די טאטע טון, רעדן מיטן קינד, לערנען, זיך נאכפרעגן, א.א.וו., און בעיקר מיט די אייגענע התנהגות, וואס דאס איז די שטערקסטע חינוך פאר קינדער ווען זיי זעען וויאזוי דער טאטע פירט זיך אויף,
דער רבי האט גערעדט איבער די יצר הרע פון מאדערניזם, מאדערנע בגדים, ליין מאטריאל, ניגונים, און די גאנצע הילוך החיים, און אויפגעפאדערט צו נזהר זיין צו האבן אן ערליכע ווארימע חסיד'ישע שטוב בכל פרטי',
און פארענדיגט בדברי ברכה מען זאל קענען מגדל זיין די קינדער לתורה ויראת שמים, נחת והרחבת הדעת, בריאות השלימות, אריכות ימים ושנים, תענוג ונחת פון אלע קינדער, דורות ישרים ומבורכים, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות, ביז דער אויבערשטער וועט העלפן מיר וועלן מקבל זיין פני משיח צדקינו בב"א.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור,
מען האט געענדיגט ארום 11:40, און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
~🌴~