יום ג' שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
יום ג' שלח
היינט אויפדערנאכט האט זיך רבינו שליט"א באטייליגט ביים חופה פון החתן בן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנסי שליט"א, אין די כתר צבי און כתר ריזל זאלן אין וויליאמסבורג ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען.
דערנאך האט זיך דער רבי באטייליגט ביים שמחת הקבלת פנים פון הכלה בת הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא מנהל כתה ט' במוסדותינו הק' ב"פ חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א מיט החתן נכד הרה"ק מטאהש זי"ע אינעם עטרת אברהם זאל.
דערנאך האט זיך דער רבי באטייליגט ביים מעמד כתיבת האותיות בבית אלמנת ר' יצחק ראזענבערג ע"ה ווי דער רבי האט אריינגעשריבן אן אות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן לעילוי נשמתו,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די בני המשפחה
דער רבי האט געדאוונט מנחה בביתו נאוה קודש ארום 8:15
שפעטער אויפדערנאכט האט דער האט דער רבי געבענטשט מטביעות פאר די תלמידי בית רחל וואס האבן זיך אונטערגענומען קבלות טובות
דער רבי האט געדאוונט מעריב בביתו נאוה קודש ארום 12 אזייגער
דערנאך האט זיך דער רבי באטייליגט בבגדי שבת ביים שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנסי שליט"א, אין די כתר צבי און כתר ריזל זאלן אין וויליאמסבורג ווי דער רבי האט געטאנצן מצוה טאנץ,
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיט דער רב שליט"א און מיט בנו החתן
דערנאך האט דער רבי זיך באטייליגט ביים שמחת החתונה בבית גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מרכז שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א אין די זאלן פון עידן פעלעס.
~🌴~