מיטוואך חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך חיי שרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון חיים זאלדאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמואל יצחק ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר אהרן וואלף פאלאטשעק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ז'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש הגאון ר' מיכל זילבער שליט"א - ר"י זעווהיל בארה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע לומדישע שמועס אין פארשידענע מקצועות התורה, און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים, און ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 4:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 6:00 אזייגער האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום סטוארט עירפארט,
און ארום 6:40 האט זיך די פריוואטע פליגער געהויבן אויפן וועג צום ביקור המרומם בקרב קהלתינו הק' אין מאנטריאל,
"ברוך הבא בשם השם"
ארום 7:35 האט די פליגער געלאנדעט אינעם ארטיגן עירפארט,
אינדרויסן ביים עירפארט האבן אפגעווארט בשירה וזמרה א גרויסער ציבור פון אנ''ש מקבל זיין פני קדשו פון רבינו שליט''א, זקני ונכבדי העדה, בעלי בתים אברכים ובחורי חמד און דער גאנצער עולם איז אריבער שלום געבן.
פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' ברוך אברהם פערלמוטער הי"ו.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול, ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די פראכטפולע שטיבלעך צום דאווענען, און דערנאך ארויף צום היכל הביהמ"ד צום פייערליכע מעמד קבלת פנים בתופים ובמחולות, ווי עס האבן אפגעווארט די הונדערטער אנשי שלומינו זקנים עם נערים בחורי חמד וילדי תשב"ר אין שפיץ פון פילע רבני ודייני העיר,
מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו - מגבאי הביהמ"ד ווי ער האט באגריסט רבינו שליט"א, און אויפגעריפן הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' וועלכע האט מיט רגשי הלב באגריסט און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן און געזאגט הארציגע ווערטער לכבוד המאורע,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א - אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל, וועלכע האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע פעולות לטובה און השפעה וואס רבינו שליט"א האט און די זכי' וואס אנשי שלומינו האבן זיך צו מסתופף צו זיין בצילו של רבינו שליט"א, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט דערמאנט די נסיעות פון רבותינו הקדושים זי"ע אין מאנטריאל אין די השפעות וואס זיי האבן משפיע געוועהן לנצח נצחים און אין זייער זכות האט מען זוכה געוועהן צום חנוכת הבית פון אזא הערליכן ביהמ"ד לתורה ולתפילה, און דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו הק' אין מאנטריאל, און איבער די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק איבער קהלתינו הק' און צוגעענדיגט בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור ווינטשענדיג 'יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם' און מען זאל ווייטער קענען אנגיין בהרחבת הדעת עד ביאת הגואל בב"א,
נאך די דב"ק האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט גיסו הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' מאנטריאל שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען צופארן אויף שבת פון ניו יארק ווי די רב שליט"א וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרו צוליב א שוואכקייט,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' שליט"א ווי ער האט ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו הק' און ארויסגעברענגט די שמחה וואס אנשי שלומינו האבן מיט די באזוך פון רבינו שליט"א,
דערנאך איז די גאנצע ציבור אנשי שלומינו זקנים עם נערים אריבער נעמען שלום פון רבינו שליט"א פאר א לענגערע צייט,
נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד, מען האט געענדיגט ארום 10:40.
"בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה"
א גוטע נאכט.
~🌴~