דינסטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג חיי שרה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ה'.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען א משלחת פון 'כולל חיבת ירושלים' אפנעמען ברכת הקודש לרגל די דינער השנתי וואס קומט פאר דעם מוצ"ש אין וומ"ס,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די פילצאליגע פעולות לטובה פונעם כולל, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~