מאנטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג חיי שרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב ברש"מ פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יודא לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר מרדכי שעהר הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ה'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 12:45 איז דער רבי אנגעקומען צום בנין הת"ת ווידער פאלאטשעק אויף די רימנוב גאס ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'התחלת לימוד גמרא' פאר די הונדערטער תלמידי כתה ד' פון אלע סניפים,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד, דער רבי האט געמאכט א לחיים און פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער,
דערנאך האבן די קינדער אנגעהויבן לערנען גמרא די פערטע פרק אין מסכת ברכות.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברי ברכה פאר די קינדער דערנאך האבן די קינדער ארויסבאגלייט דער רבי בשירה וזמרה און געזינגען כי מלאכיו לרגל די ביקור המרומם בקרב קהלתינו הק' מאנטריאל.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יוסף משה אונגאר הי"ו און ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' דוד יואל רייך הי"ו און ר' יואל ברא"מ לאנדא הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 10:30 אויפדערנאכט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' שלמה גבריאל סעבא הי"ו און ר' משה כוואן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מעריב ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די שמחת השבע ברכות פון נכד כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר האדמו"ר מספינקא שליט"א, און פאר די חתן, מחותנים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיטן חתן און די גאנצע אויבנאן.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ צו באשיינען די שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע הכלה בת הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א רב בית מדרשינו 18עוו. חתן הגה"צ רב דקהלתינו הק' 15עוו. שליט"א אין די זאלן פון עטרת חי' אין בארא פארק.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:45, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים, און די חשוב'ע זיידעס.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרה"צ ר' שמעון שמואל האלבערשטאם שליט"א - אב"ד דברי משה ירושלים, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות,
דערנאך האט הר"ר שמואל קרויס שליט"א אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ,
רבינו שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה א לענגערע צייט בהתלהבות אש, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים, און דערנאך עקסטער מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו הק' 15עוו. שליט"א,
נאכן טאנצן האט רבינו שליט"א אויסגעווארט ביז נאכן מצוה טאנץ פונעם ברודער הגה''צ רב דקהילתינו הק' 15עוו. שליט"א דערנאך האט די רבי אנגעווינטשן די כלה און פארלאזט די זאל אויפן וועג לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~